Donated
Goal
Donors
2 weeks ago
$20.00ברכה והצלחה בכל הענינים
2 weeks ago
$36.002 weeks ago
$36.002 weeks ago
$5.00JUST WANTED TO ADD TO THE MESSAGE: You always reached your goals when you had a page, so remember that if you want it, you can do it, no matter how hard it is. I can’t wait to see how successful you’ll become! It's a pleasure to have you as a brother
2 weeks ago
Keep it up! you have a lot of potential!
2 weeks ago
My brother, use this as an inspiration of proof that you can accomplish your goals!
2 weeks ago
חיים יצחק האסט גוט געפייניגט
2 weeks ago
צווישן די געסלעך פון ירושלים עיר הקודש, ארומגענומען מיט די הרי ציון, שיינט ארויס אן אור גדול פון א הייליגער מקום תורה, די באשיידענע אבער גלאררייכע ישיבה "בית שערים", וואו עס זיצן צענדליגער ערוואקסענע חסיד׳ישע בחורים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון חוץ לארץ פארענדיגן זייערע ישיבה יארן, און דא פארמאגן זיי נישט קיין שום דאגה אויף דער וועלט, חוץ פון פארענטפערן א שווערן תוספות און רבי עקיבא אייגער.
די ישיבה הק' "בית שערים" איז געגרינדעט געווארן בשנת תשפ"ג העעל"ט דורך הרה"ג ר' אליעזר זאב קליין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א, ואתו עמו הרה"ג ר' שמואל שאהן שליט"א, וואס אינאיינעם שטייען זיי בראש פון די ישיבה און האבן אינזין יעדן דבר קטן וגדול, די רוחניות ווי די גשמיות פון די חשוב'ע תלמידים.
צום פרישן זמן החורף פון היי-יאר האט מען בסייעתא דשמיא זיך אריינגעצויגן אין א נייעם, הערליכן בנין רחבת ידים, וואס איז אויסגעשטאט אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן מיט אלעס וואס א ישיבה דארף. א גרויסע, לופטיגע היכל בית המדרש, חדרי הלימוד, א גרויסן עס-זאל, און פילע שלאף-צימערן, און אלע אנדערע באדערפענישן. די בחורים זענען זיך מחיה פונעם נייעם בנין, וואס גיבט צו א באזונדערן הרחבת הדעת צו קענען שטייגן מעלה מעלה און זיך אריינלייגן ראשם ורבם אין די תורה הק' און התעלות ברוחניות. דער בנין איז געדינגען געווארן פאר א גרויסן סכום פאר'ן צוועק פון די באקוועמליכקייט און הצלחה פון די תלמידי הישיבה, און יעדן חודש ווערט געצאלט דערויף א גרויסע סומע רענט, וואס דארף ווערן צוזאמגעשטעלט דורך די געטרייע הנהלת הישיבה.
די עלטערן צאלן טאקע ערליך שכר לימוד, וואס איז די הויפט הכנסה אז די ישיבה זאל קענען אנגיין, אבער די הוצאות זענען נאך אלץ פיל גרעסער פון די הכנסות, ווען דער בודזשעט גרייכט צו א ריזיגן סכום פון $95,000 א חודש.
די הנהלת הישיבה קוקט ארויס אויף די הילף און שטיצע פון נדיבים בעם וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון די הייליגע ישיבה, און ווילן האבן א חלק און זכות שותפות אין די הצלחה פון די בחורי חמד, להגדיל תורה ולהאדירה.
און זייט זוכה צו ברכות התורה אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 112288896