Donated
Goal
Donors
1 year ago
$4.331 year ago
$4.001 year ago
$700.001 year ago
$100.001 year ago
$100.001 year ago
$36.001 year ago
$36.001 year ago
$1,000.00דעם פארגאנגענעם דינסטאג נאכמיטאג איז ביי משפחת גליקמאן הי"ו - פון די חשובע גרי הצדק אין קהילת אור חדש גואטעמאלא יצ"ו - ליכטיג געווארן, מיטן געבורט פון א נייע ליכטיגע אינגעלע בעבי ני"ו, מזל טוב!
ליידער, מיט עטליכע שעה דערויף איז געווארן פינסטער! חושך ואפילה... ווען די געטרייע מאמע, די יולדת, א חשובע גיורת צדק האט זיך גאר פלוצלינג געזעגענט לחה"ה אין די אינגע עלטער פון 23 יאר...
נישט דא קיין ווערטער מסביר צו זיין די ביטערע בראך... די צובראכענע אלמן ר' משה הי"ו, וואס איז נארוואס געווארן א בעל שמחה, די טייערע 4 פיצעלעך קינדער, די נייע געבוירן קינד וועלכע וועט קיינמאל נישט זעהן זיין טייערע מאמע, איין שטיק טרויער!
מיר קענען זיך נישט יעצט אפשטעלן וויינען, מיר מוזן זאפארט טוהן תכלית צו ראטעווען די ביטערע שווערע מצב, מיר מוזן קומען צו הילף פאר די חשובע צובראכענע אלמן ל"ע, וועלכע האט נאך נישט עספיעט צו באצאלן די שמחת הלידה, און דארף זיך יעצט ספארווען מיט די ריזיגע הוצאות פון קבורה, מעדיקל עקסעם, שמחת הברית, ועוד ועוד
מיר טארן דאס נישט נעמען פאר לייכט, עס שטייען פאר אונז 4 צובראכענע יתומים וועלכע באגרייפן נאכנישט וואס דא האט פאסירט, אז זייער איבערגעגעבענע מאמע איז מער נישט דא!
מיר דארפן אראפשטעלן און צושטעלן אלע סארט הילף און חיזוק, און א געזונטע נארמאלא ערציאונג פאר די טייערע משפחה. זיי זאלן זיך קענען שטארקן נאכן שווערן בראך, און אראפשטעלן א גוטע עתיד מיט א שטארקע האפענונג אויף ווייטער.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 814331826