“WHERE ARE YOU EATING THIS SHABBOS?”
For most people, the answer is a no-brainer. Home. A friend. A relative.
But for many single and divorced individuals, a question like this reminds them of their loneliness, pain, and brutal search for hosts every week.
Orchim stands as a beacon of warmth and hospitality. Founded by Yossi Ostreicher’s compassionate heart, the organization is on a mission to ensure that no one spends Shabbos and Yom Tov alone.
Orchim was born out of the belief that everyone deserves the embrace of a welcoming community. Our platform connects individuals with over 10,000 generous hosts in over 16 countries, who open their hearts and homes, offering not just a place to stay but a chance to share meals and create lasting connections.
Our mission is crystal clear – to transform moments of loneliness into joy and warmth. By now, Orchim is a lifeline for over 5,000 individuals. By joining our movement, you become part of a family of compassion, love, and understanding.
JOIN US IN MAKING A DIFFERENCE IN THE LIVES OF SO MANY!
As Orchim continues to grow and touch the lives of more individuals, the expenses are accumulating. To sustain and expand our mission, we are reaching out to our wonderful community and supporters for financial assistance. Your generous contributions will help us cover operational costs, reach more people, and enhance the overall Orchim experience.
HELP US CONTINUE OUR HOLY WORK!
Donate today, and in this Zechus, may you only know of happiness, prosperity, and joy.
דו האסט וואו צו עסן שבת? פיין, ברוך השם.
אבער….
האסטו אמאל געטראכט וויאזוי עס זעט אויס א שבת ביי איינער וואס האט נישט וואו צו עסן די סעודת שבת? האט נישט קיין משפחה? האט נישט קיין ווארעמע היים וואס קאמפערט אים? נישטא מיט וועם צו פארברענגען, נישטא מיט וועם צו רעדן, מ'זעצט זיך עסן א 'סאפער' און מ'גייט שלאפן. כ'ווייס נישט וועגן ענק, אבער איינער טראכט יא פון זיי, דאס איז די אורחים גרופע.
אנגעהויבן האט זיך אלעס ווען ר' יוסי אסטרייכער, וועלכע פלעגט אריינעמען צענדליגע געסט יעדע שבת צו זיך אינדערהיים צו געבן און באקומע חיזוק און דאס מערסטע געשמאק וואס א שבת סעודה קען ברענגען מיט זיך האט זיך געטראפן אין געוויסע מצבים ווען ער האט נישט געקענט אריינעמען זיינע טייערע געסט, ווי למשל א פסח ווען ר' יוסי איז נישט אינדערהיים און די געסט האבן געדארפט טרעפן א פלאץ צו זיין פאר יו"ט, א פלאץ צו אפרעכטן א סדר און נישט בלייבן אנע דאך איבערן קאפ.
דעמאלט בעפאר יו"ט האט ר' יאסי אינאיינעם מיט אנדערע צוזאמגעשטעלט הונדערט און פופציג טויזנט דאלער צו שטעלן אלע וועלכע האבן נישט וואו צו זיין פאר יו"ט אין ווארעמע ערטער, און יענע פסח איז טאקע געווען פאר זיי גאר א געשמאקע און חיזוק'פולער צייט.
עס איז נישט געבליבן ביי דעם, נאר איינמאל מ'האט געזען אז מ'קען גיין מיט א טרעפל פאראויס האט די אורחים ארגאניזאציע זיך געגרינדעט מיט'ן ארויפקריכן הויעך אויף א לייטער אנע וויסן וויאזוי מ'וועט זיך קענען אנהאלטן דארט, אלעס בלויז צו מחזק זיין און צופרידנשטעלן די וואס קענען עס נוצן.
אורחים האט געבויעט א פלאטפארמע וואס האט ביז היינט, 2 יאר נאכ'ן גרינדן שוין אריבער 10 טויזנט איינגעשריבענע, איבער 5000 בעלי מכניסי אורחים פון איבער דער גארער וועלט און א פולע אפיס שטאב וואס גיבן זיך אפ יעדע וואך צו טרעפן א געשמאקע ארט ביי איינע פון די אריבער 5 טויזנט טייערע אידן וועלכע זענען גרייט צו אריינעמען אין זייער הויז א גאסט אויף שבת און יום טוב און אים מאכן פילן ווי אינדערהיים.
זינט די אורחים ארגאניזאציע האט זיך געגרינדעט איז מער נישט דא אזא זאך אז א בחור, גרוש, מיידל אדער גרושה האט נישט וואו צו עסן שבת! פשוט נישט! פאר זיי איז דא צוגעשטעלט א פולער שטאב פון מענטשן וועלכע פארבינדן זיי צו איינע פון די טויזנטע משפחות וועלכע זענען גרייט צו אריינעמען א גאסט פאר שבת, און מ'מאכט זיכער אז זיי ווערן באקוועם אין א ווארעמע היים.
איינמאל עס האט זיך אנגעהויבן אויף אזא פארנעם האט ר' יוסי אנגעהויבן צו מיטלעבן פון די נאנט האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס וועלכע האבן געמאכט זייער וועג אריין צו די אורחים ארגאניזאציע אפיסעס א שטייגער ווי געוויסע וואב האבן זיך געשטארק מיט שמירת שבת, און עס זענען אפילו פארהאן געשיכטעס פון אזאלכע וואס נאר דורך די אורחים ארגאניזאציע זענען זיי געליבן מיט זייער אידישקייט.
דער איינער וועג וויאזוי מ'קען ארויסברענגען די ארבעט פון אורחים איז מיט די צוויי ווערטער "צוזאמען אליין"! ווען ער אדער זי איז אליין איז אורחים אויך דארט און מאכט זיכער אז עס זאל גארנישט פעלן.
אבער ווי געזאגט האט ר' יוסי נישט געוויסט אין וואס ער לייגט זיך אריין מיט דעם פראיעקט, און דאס קאסט אים אפ טויזנטערס יעדע וואך, און דערפאר זענען מיר דא, צו דאס קענען אנהאלטן.
געלט וועט נישט זיין אן אפהאלט פאר די הייליגע ארבעט פון האלטן די אריבער 10 טויזנט וועלכע זענען נהנה פון די הייליגע ארגאניזאציע! עס טאר נישט פאסירן אז עס זאלן זיין אזאלכע וואס שבת איז זייער טונקעלע טאג אין וואך!
ביישטייער דיין נדבה צו ווערן א חלק פון די אורחים ארגאניזאציע! אינוועסטיר אין אן אמת'ע אינוועסטמענט וואס וועט אייך ברענגען פראפיטן אין אייער גאנצע לעבן!
אורחים איז א הייליגע ארגאניזאציע, גיב א נדבה וואס פאסט פאר דעם!