Loading

מיין חלק אין לעכטיג מאכן די חתונה!!! המהנה תלמיד חכם מנכסיו כאילו הקריב תמידין (ברכות י:)


Donate Now

181 Donors


English אידיש

אייך נאר אביסל אראפצומאלן, איר זאלט האבן אן השגה, מען רעדט דא פון א איד, א ריכטיגער תלמוד חכם וירא שמים מרובים, און דערצו איז ער באשאנקען מיט געוואלדיגע חכמה ושכל הישר, וואס ער גיבט זיך אוועק משפיע צו זיין אויף אידישע קינדער, פארבלאנדזשעטע נשמות פון פארשטיפטע מקומות און ליידער אויך פון די גאר היימישע, מיט זיין געבענטשטע שפראך  ובשכלו הישר טוט ער זיי אויפוועקן און אויסקלארן דעם וועג, את הדרך ילכו בה צוריקצוקומען תחת כנפי השכינה, און ב''ה זיינע פעולות האבן גאר ווייטגרייכענטע השפעות, גדלו והצליחו וגם עשו פרי.  

ער לעבט א אויסגעווענליכע באגרעניצטע לעבנס שטייגער, אן די מינדעסטע שייכות צו הבלי עוה''ז , פאר זיין פערזענליכע לעבן ברויך ער ממש גארנישט, אפילו די מינימאלע שטוב געברויכן קען צומאל פעלן.

דער טייערע איד טראגט זיך ארום מיט חובות פון שווערע הונדערטער טויזענטער דאללער, חובות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט אין רעזולטאט פון ציבור'ישע עסקים וואס ער גיבט זיך אפ שוין א לענגערע תקופה, עסקנות וואס ער טוט במסירות נפש מיט איין איינציגע מטרה למען כבוד שמו יתברך

אלזא טייערע חבר, שאו ידיכם קודש, און העלף ארויס אזא איד, און אזוי ארום וועסטו אוודאי האב א חלק אין זיין ישוב הדעת בתורה ועבודה, ופעולות חובקות זרועות עולם, און לינדערן די שווערע לחץ, ובפרט ווען ער שטייט יעצט פארן חתונה מאכן א קינד די חתונה איז דעם חודש אב הבעל"ט.

ובזכות זה זאלסטו געבענטשט ווערן מיט בני ברוכי חיי ארוכי ומזוני רויחי, מתוך שמחה תענוג ונחת והרחבת הדעת וכט''ס


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 883462901

Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading