Loading

איך האב חתונה כ״ה אב תשפ״ה



Team Levi & avrumy Greenfeld

14

$905.35

Donated

$5,000.00

Goal

24

Donors

24 Donors


English אידיש

אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ, הביטה וראה בדמע עיני. איך שרייב מיין בריוו מיט טרערן אין די אויגן, איך בין א בחור פון 24 יאר, איך קום פון א שטוב פון 7 קינדער בלע״ה. ווער ס׳ווייסט ווייסט וואס איך האב מיט געמאכט אין מיינע יארן פון אלטס קינד וואס איך קען דא נישט ארויס ברענגען בכתב, אין נאך אלעס איז מיין מאמע ל״ע פלוצלינג נפטר געווארן!! פאר צוויי יאר צוריק איז ליידער נגזר געווארן אז זי איז איין טאג אינדערפרי נישט אויפגעשטאנען! ואותנו עזבי לאנחות. וואס זי איז געווען מיין איינציגער טרייסט, זי האט מיר געהאדעוועט און זיך אוועק געגעבן בלב ונפש מיט אלעס וואס איך האב געדארפט, זי האט געטראגן די עול פון שטוב מיט אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט.

יעצט נאך אפאר יאר וואס איך האב געוואנדערט דא און דארט, געדארפט ברענגען מיין אייגן ברויט אין אלע מיינע הוצאות, אין ברוך ה׳ אנגעקומען ביז אהער, האט מיר דער אויבערשטער ברוב טיבו וחסדיו אז איך האב מיך געבויט און נישט צובראכן געווארן. איך שטיי א בחור אליין אן קיין הילף און א הויז וואו אריינצוגיין, און יעצט האט מיר דער הייליגער באשעפער געהאלפן און געטראפן מיין פאסיגער שידוך בשעה טובה, א גיטע חשובע שידוך מיט אלע מעלות ב״ה. איך שטיי דא אין איך פיל אז מיין כוחות לאזן זיך אויס פון די עבודה קשה ארום לויפן בעטן נדבות פון מענטשן, איך בין נישט געוואוינט דאס צו טון און קיינמאל נישט געווען אין דעם מצב. איך האב ניט אמאל פאר וועמען זיך אויס צו רעדן! יעדער איז ברוך ה׳ פארנומען מיט זיין אייגנס, און מיין מאמע וואס איך פלעג איר רופען אויף אזא פאל איז נישט דא. מיינע ברודער און שוועסטער זענען יונגער פון מיר אין זיי אליין ווארטן אויף מיין חיזוק. זיצענדיג דא אין דירה נאכן זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן באשעפער די אבי היתומים, האב איך מחליט געווען צו טון א השתדלות אין ארויס ברענגען מיין ווייטאג אויף פאפיר..

ברודער חברים רחמנים בני רחמנים, איך בעט ענק זייט מיר מחזק, העלפט מיר גיין אונטער די חופה מיט א רויאיגקייט. איך וויל אויך בויען א אידישער שטוב כדת משה וישראל און צוגיין צום חופה צוגעגרייט אזוי ווי א אידיש קינד. איך בעט ענק העלפט מיר. מיין הארץ איז צובראכן אויף שברי שברים, און איך גלייב אז מיין טאטע די אבי היתומים וועט ענק נישט שולדיג בלייבן. זיין ווארט איז א ווארט ער זאגט: אִם אַתָּה מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי אֲנִי מְשַׂמֵּחַ אֶת שֶׁלְּךָ! אין ס׳שטייט לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה. איך גלייב אז איר וועט געהאלפען ווערן מיט אלעס וואס איר דארפט. מיין מאמע וואס האט זיך אוועק געגעבן פאר מיר איר גאנץ לעבן וועט זיכער זיין פאר ענק א מליצה ישרה אויבן.

ישר כח שמעון


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading