Loading

Help a Kallah with Disabilities.


Donate Now

85 Donors

  • Yisroel Meir Mosrano

    7 months ago

    $29.00
  • Mordechai & Peshe Schiller

    7 months ago

    $1,000.00

    Mazel Tov! Only simchos!

  • Nussen Pinchas Erlich

    7 months ago

    $90.00
  • David Solinsky

    7 months ago

    $36.00
  • Yosef Erlich

    8 months ago

    $36.00
  • Chaim Kohn

    8 months ago

    $180.00
  • Simche B Weber

    8 months ago

    $50.00
  • Yisroel Mandelbaum

    8 months ago

    $36.00

קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף! כל החולים נתרפאו בשעת קריעת ים סוף!

ברוך השם מען האט געשלאסען שידוך נאך יארן לאנג פון אזויפיל מיטמאכעניש

הערט'ס אן אומגלויבליכע געשיכטע מיט א גאר פרייליכע אויספיר...

מזל טוב! עס איז געבוירן א מיידעלע בעבי, א שמחה אין משפחה ברוך השם געזונט אין שטארק מיט אלע פיטשעווקעס א זיס לעכטיג קינד מען פראוועט א גרויסע קידוש אין דאס קינד שטייגט אין וואקסט אויף גייט איו סקול לערנט דאוונט שפילט אין פארברענגט פונקט ווי אלע קינדער קע"ה,

ויהי ביום ההוא:

געווען איז עס איין טאג ווען דאס קינד האלט אינמיטן פארברענגען מיט אירע חבר'טעס מען באמערקט אויף איר אז עפעס טויגט נישט זי האט פארלוירן איר באלאנס אין קוקט אויס גאר ערנסט אין איילעניש האט מען איר אריינגעפירט אין שפיטאל אין נאכן דורך גיין אן אונטערזיכונג האט מען באלד פעסטגעשטעלט עס איז נישט מער אין נישט ווייניגער "א סטראוק.." ווי אומגלויבליך דאס זאל זיך הערן אין איז גאר גאר א זעלטענע פאסירונג פאר א קינד דאס צו באקומען אין אזא אינגע עלטער, אין איז עפעס וואס גאר ווייניג מאכן דאס דורך,

רק שבתו יתן ורפא ירפא:

געלויבט דעם הייליגן באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו מיט הייסע תפילות אין טרערן פין אידישע קינדער האט מען עס געכאפט נאך גענוג באצייטנס עס צו קענען קאנטראלירן אין מען האט איר באהאנדלט אין ווי אומגלויבליך עס זאל זיך הערן קעגן אלע ערווארטונגען אין אלע גאר שווארצע פאראויסשאצונגען פון די גרויסע דאקטורים אין פראפעסארן אין שפיטאל, איז "זי מיטן רבוש"ע הילף צוריק געקומען צום באוואוסטזיין", לשמחת לב פון בני המשפחה אין אלע באקאנטע,

די גאר שטייטע אבער פאזיטיווע ערהוילונג:

יעצט האט מען זיך גענומען צו דעם גאר קאמפליצירטע ערהוילונג אינגאנצן צוריק קומען צו די כוחות, נאך אלע מעגליכע באהאנדלונגען ווען די לופט האט זיך אנגעהויבן אויסקלארן אין דאס קינד איז צוביסלעך צוריק געקומען צו די כוחות אין זיך אנגעהויבען ערהוילן ווען יעדע קליינע פארשריט איז געווען ממש א שמחה פאר זיך אין אן אפאטעמונג פאר אירע עלטערן משפחה אין גוטע פריינט, טאג ביי טאג וואך ביי וואך אין ב"ה זי קען רעדן איר קאפ ארבעט זי קען רירן איר רעכטע הענט ממש א שמחה, אבער... נאכן פרובירן אלע סארט מעגליכע באהאנדלונגען מיט דעם אלעם "איז זי געבליבן פאראלאזירט אויף האלב פון איר גוף" ...

ברוך השם יום יום:

נאכן אהיימקומען פין שפיטאל האט זי זיך אנגעהויבן פרובירן זיך צוגעוואוינען צו איר נייע געשאפענע לעבנס שטייגער אין ברוך השם מיט אלע שטרוכלונגען אין אירע צוריקהאלטונגען איר שוואכע מעגליכקייטן אין געבינדען צו זיין אנגעוויזן אויף כסדר'דיגע הילף איז זי געוואקסן אין געשטיגן זיך דעוועלאפט אויף א גאר שיינע אין העכסט געלונגענע אופן מיט אירע געבענטשטע חכמה אין געלונגענע כשרונות,

וואס א טאטע טוט אלס פאר זיין קינד:

ווי גאר פארשטענדליך איז דאס אלעס ערמעגליכט געווארן אין נאר אדאנק די אויסטערלישע מסירות נפש פון ר' יצחק אין זיינע בני בית אין דמים תרתי משמע וואס זיי האבן נאר געקענט האבן זיי געטון פאר די הצלחה פון זייער באליבטע טאכטער ר' יצחק איז געשטאנען אין געארבעט מבקר ועד הערב צו קענען דעקן די אסטראנאמישע הוצאות... אין אוודאי צו אנהאלטן די שטוב זאל זיך קענען פירן על מי מנוחות ווי ווייט מעגליך, אין מיט זיין פניו צהלות כסדר אנגעגאנגען מיט זיין דערהויבענע שמחת החיים תמידין כסדרן בהרבצת התורה וחסידות,

מכריזין... בת פלוני לפלוני:

די מימרא פון חז"ל בן שמונה עשרה לחופה איז עפעס וואס ביי אלע אין די גיל השידוכין קוקט מען ארויס מיט גרויס האפענונג און ערווארטונג, אבער דא האט מען באלד פון אנהויב הגם מען מען רעדט פין א טאכטער מלא חן וואס קען פירן א שטוב אין איז ברוך השם אויסגעוואקסן קעגן אלע ערווארטונגען א חכמת א בעלת יכולת גרייט צו פירן א אידישע שטוב בכל פרטותיה ודקדוקיה, אבער מיט א ציפ אין הארצן לפי המצב זיך כסדר געדארפט שטארקן אז די רבוש"ע וועט העלפן אין שיקן די באשערטע,

מזל טוב! א שידוך א חתן כליל המעלות:

בטח בהשם.. וראה אמונה די שמחה איז אין לשער ר' יצחק האט א שידוך געטון אין זוכה געווען א שידוך טון מיט זיין טאכטער אין ווי עס האט זיך שוין אויסגעוויזן די זעלטענע סייעתא דשמיא איז דא ווידער נתגלה געווארן דעם יד השם

האט ער זוכה געווען צו נעמען א חתן שאין גומרין עליו את ההלל מיט אלע מעלות מלא וגדוש בתורה ויראת שמים ומידות טובות בעזרת הבורא א צוגעפאסטע שידוך ווי עס קומט פאר אזא טייער קינד אין וועט קענען ערפולן דעם וואונטש צו קענען אויפבויען א אידישע שטוב


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading