Loading

די הייליגע צוואה הוצאת ספרי הרב רבי אלחנן יוסף הערצמאן זצ"ל


38 Donors

  • Shul Donation Via Donary

    10 hours ago

    $360.00
  • Shul Donation Via Donary

    16 hours ago

    $200.00
  • Shul Donation Via Donary

    16 hours ago

    $250.00
  • Shul Donation Via Donary

    16 hours ago

    $500.00
  • Shul Donation Via Donary

    17 hours ago

    $500.00
  • Shul Donation Via Donary

    21 hours ago

    $200.00
  • Shul Donation Via Donary

    1 day ago

    $500.00
  • Shul Donation Via Donary

    1 day ago

    $50.00

English אידיש

"רבי אלחנן יוסף הערצמאן" ווער האט דען נישט געהערט דעם נאמען וואס ווערט ארויסגעברענגט אויף די ליפן פון

טויזענטער אידן וואס האבן זוכה געווען צו הערן זיינע טיפזיניגע שמועסן און נהנה זיין פון זיין אייגנארטיגן מהלך

אין מוסר וואס האט מעורר געווען יעדן איינעם צו געדענקען און האלטן פאר די אויגן מה חובתו בעולמו.

אסאך האט דער גרויסער משפיע און בעל מוסר געטראכט און זיך געזארגט וואס עס וועט זיין לאחר מאה ועשרים

שנה, איבער זיינע פילע ספרים מאמרים און שמועסן בכתב ובעל פה וואס ער האט גערעדט און געשריבן במשך

ימי חייו, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין זרע של קיימא ל"ע האט ער אריינגעלייגט אלע זיינע כוחות אין די ספרים

און מאמרים וואס האבן ליכטיג געמאכט פילע אידישע שטובער.

דער גרויסער משפיע האט זיך געבעטן אין זיין צוואה מיט הארציגע געפילן אז מען זאל זען צו טון אלעס אין דער

וועלט אז זיין געדענקעניש זאל נישט פארגעסן ווערן, און מען זאל זען מפיץ צו זיין און דרוקן זיינע ספרים און

פארשפרייטן זיינע טעיפס באגלייט מיט א זעלטענע הבטחה אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט

א טובה צו טון פאר ווער עס וועט ארויסהעלפן צו דרוקן זיינע ספרים דער צוזאג פון אזא אדם הגדול בענקים

מיינט גאר אסאך און איז לאו בכל יומא מתרחיש אזעלכע אפענע דיבורים.

פילע אידן האבן זיך טאקע צוגעכאפט צו אט דעם גאלדענעם הזדמנות און ארויסגעהאלפן צו דרוקן די הייליגע

ספרים און האבן טאקע געזען אפענע מופתים און וואונדער בס"ד בזכותו של אותו זקן, די מעשיות וואס מען הערט

כסדר זענען וואונדערליך און צייגן באשיינפערליך דעם גרויסן כח פון דעם גרויסן בעל מוסר זי"ע.

אין די יעצטיגע טעג האלט אין די לעצטע שטאפלען דער הערליכער ווערק צוויי בענדער הערליך באשריבן דאס

לעבן און שאפן די תולדות און קורות ימי חייו פון דעם משפיע באגלייט מיט זיינע הערליכע ווערטער און בליציגע

רעיונות, וואס דאס איז דער אבן היסוד אויסצופירן די הייליגע צוואה אז מען זאל טון וואס מען קען אז ער זאל נישט

פארגעסן ווערן פון דער וועלט, דורך דעם ספר וועט בעזרת השי"ת פארבלייבן א מזכרת נצח פון דעם גרויסן

משפיע און בעל מוסר און אזוי ארום ווייטער אנהאלטן זיין בקשה צו פארשפרייטן אלע זיינע ספרים לעשות נייחא

לנשמתו בגן עדן.

בכדי צו קענען צוגיין צום דרוק דארף נאך געשאפן ווערן ריזיגע סכומים און צו דעם צוועק איז ארויסגעלאזט געווארן

אין גאנג דער היסטארישער קאמפיין "די הייליגע צוואה" וואו מוקירו זכרו און כלל ישראל וועלן זיך משתתף זיין

בעין יפה ורוח נדיבה און זיך איינקויפן זכותים נצחיים אין דעם ספר, און אזוי ארום זיך איינהאנדלען אזא גרויסן

מליץ יושר און זוכה זיין צו די זעלטענע הבטחה און ברכה געהאלפן צו ווערן בכל משאלות לבבם לטובה, ישועות

און רפואות וכל טוב סלה.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading