מיין טייערע חבר שי'
נאך לאנגע יארן הארעוואניע פון מרביץ תורה זיין פאר לעכטיגע אידישע קינדער איז מיין נאנטער קרוב שי' א עלטערע מרביץ תורה אנגעקומען צו א שווערע מצב האלטנדיג ביים חתונה מאכן זיין קינד בשעטו"מ.
טראץ די ארבעט וואס ביידע עלטערן האבן גענומען אוועקלייגנדיג יארן יעדע איבעריגן דאלער טאקע מיט דעם ציהל נישט צו דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם בעת שמחתם, האלטן זיי אבער ביי א מצב פון באו מים עד נפש און עס איז נישט מעגליך צוצוגיין צו די שמחה אן אונזער הילף.
דיין נתינה וועט זיי העלפן אונטערפירן זייער קינד מיט הרחבת הדעת און א שמחה בשלימות.
אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין מיט כל מילי דמיטב און קיינמאל נישט דארפן שטיין אויף די אנדערע זייט.. נאר שטענדיג זיין פון די נותנים מיט הרחבה
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 853012497