Loading

והראנו בבנינו - BUILDING THE FUTURE


Donate Now

79 Teams


1,660 Donors


English אידיש

רַבִּי אוֹמֵר: אֵיזוֹהִי דֶּרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיָּבֹר לוֹ הָאָדָם?

כֹּל שֶׁהִיא תִּפְאֶרֶת לְעוֹשֶׂיהָ, וְתִפְאֶרֶת לוֹ מִן הָאָדָם. (אבות ב, א)

א הערליכע ליכטיגקייט שיינט אין לעיקוואד. א תלמוד תורה וואו די קינדערלעך לערנען זיך אויס כל התורה כולה! יא, איר האט גוט געהערט, גאנץ חמשה חומשי תורה ישר והפך, און נאך פיל מער! אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך מצות עשה על האיש ללמד את בנו תורה וכו' עד שיקרא תורה שבכתב כולה וכו'.

תִּפְאֶרֶת לְעוֹשֶׂיהָ:

עס איז נישט צום גלייבן, אבער די ריאלעטעט איז שטוינענד!

• קליינטשיגע כתה ב' קינדער זינגען זיך אונטער די פסוקים פון חומש מיט די טעמי המקרא ווי געשולטע בעלי קורא!

• יונגע כתה ג' קינדערלעך קענען שוין גאנץ בראשית, שמות!

• כתה ד' קינדערלעך ענטפערן אויסערווייניג אויף די שווערסטע שאלות אין גאנץ חמשה חומשי תורה!

• קינדער פון די עלטסטער כתה שטייען אין די רייע זיך צו פארהערן גאנץ סדר מועד!

והעולה על כולנה, די שמחת התורה וואס די קינדער האבן, איז אומגלויבליך, זיי טרינקען מיט דורשט יעדן ווארט תורה, וואס ווערט אין זיי איינגעפלאנצט מיט א געוואלדיגע מתיקות.

עס הערט זיך אפשר אומגלויבליך, אבער עס איז פארט א פאקט.

וויאזוי איז דאס מעגליך?

דער תלמוד תורה ווערט געפירט מיט א פונקטליכע חשבון, און קיין איין מינוט ווערט נישט פארפאטשקעט. אלע סדרי הלימוד זענען אויסגערעכנט פון פאראויס דורך חשוב'ער זכרו מדריכים פון ארץ ישראל, און די לימודים ווערן געלערנט מיט די קינדער אויף א וועג וואס איז גרינג צו פארשטיין.

ווי אויך ווערט געלייגט אן אויסטערלישער דגוש אויף חזרה, עס גייט נישט פארביי א טאג, וואס מען ווידמעט נישט אסאך צייט איבער צו'חזר'ן די לימודים, סיי וואס מען האט געלערנט דאס יאר, און סיי די לימודים פון פריערדיגע יארן.

וְתִפְאֶרֶת לוֹ מִן הָאָדָם:

מען לייגט אריין איבערמיטיגע כוחות אז די חינוך פון די תלמידים זאלן שטייגן און מידות טובות, ערליכקייט און ווארימקייט. ספעציעלע מעמדים און פראגראמן ווערט אנגעפירט דורך אונזער חשוב'ער סגן מנהל אריינצולייגן און יעדער קינד א ווארימקייט און א געשמאקייט צו אידישקייט.

תורה מונחת בקרן זויות.

איין שוועריקייט איז אבער נאך דא, דער תלמוד תורה איז דערווייל פלאצירט און א פראוויזארישע ווינקל, וואס טוט אפעקטירן די הרחבת הדעת פון די טייערע קינדערלעך, און מאכט עס שווערער פאר די תלמידים צו קענען איינזאפן די הייליגע תורה מיט ישוב הדעת.

טייערע אידן!

תלמוד תורה תפארת יחיאל איז דער לייכט-טורעם פון עיר התורה לעיקוואד, דארט ווערן אנטוויקלט די קומענדיגע גדולי התורה פונעם קומענדיגן דור. כאפט אריין דעם געוואלדיגן זכי' צו נעמען א חלק אוועקצושטעלן דעם הייליגן אכסניא של תורה.

די הנהלה האט שוין ב"ה געקויפט א פאסיגע שטח, און און תיכף ומיד זיך אריינגעווארפן צו בויען א בנין וואס וועט זיין לשם ולתפארת!

פארפאסט נישט דעם יעצטיגן געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אונטערנעמונג אויפצושטעלן דעם הייליגן בית שמגדלים בו תורה, דער זכות וועט אייך זיכער באגלייטן בזה ובבא, געבענטשט צו ווערן מיט אלע ברכות הכתובות בתורה!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 932546844

Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading