3 hours ago
$18.003 hours ago
$25.004 hours ago
$5.00שטארקטס ענק בחורים עטס זענטס כמעט דארט
5 hours ago
$101.00הצלחה רבה
5 hours ago
$36.005 hours ago
$72.006 hours ago
$18.00לכבוד שלומי ידיד נפשי, ובנו הבה"ח שמילי, ולכבוד ראש הישיבה שליט"א
6 hours ago
$20.00ישיבה'ניו
ישיבה תורת אפרים
א ישיבה'ניו ממש לעילא ולעילא!
לאמיר זיין רעאליסטיש. מיר שטייען היינט אין יאר 2025, און די היינטיגע וועלט ברענגט מיט זיך אויסטערלישע שוועריקייטן - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות - וואס מען האט זיך בכלל נישט געקענט פאָרשטעלן מיט קוים געציילטע יאר צוריק. און כדי א בחור זאל באמת קענען האבן אויסזיכטן מצליח צו זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, פעלט זיך אויס געוואלדיגע אינערליכע כוחות, וואס וועט זיי העלפן זיך פארמעסטן מיט די שוועריקייטן אין לעבן.
דאס איז דער יסוד וואס ישיבת תורת אפרים שטעלט צו. ישיבת תורת אפרים האט מחדש געווען אן אייגנארטיגן מהלך אין חינוך, וואס שטעלט צו פאר די היינטיגע בחורים די נויטיגע סקילס וואס פעלט אויס צו קענען מצליח זיין אין לעבן, אלץ מאן, טאטע און ביזנעסמאן. און צוגאב צו לימוד התורה איז דער מהלך כולל אין זיך בויען זייער קאנפידענס, אויסלערנען צו טראגן אן אחריות, און ערווערבן סיפוק החיים דורך פראדוקטיוויטי. די תלמידים לערנען זיך סיי תורתם און סיי אומנתם! ממש לעילא לעילא!
ישיבה'ניו: אין די פארגאנגענע נייצען יאר זייט איר התייסדות, האבן מיר איינגעפירט אין ישיבת תורת אפרים צענדליגער געניאלע פראגראמען, לעקציעס און לימודים, וועלכע האבן געהאלפן הונדערטער תלמידים אויסוואקסן מוצלח'דיגע יונגעלייט און אויפשטעלן הערליכע משפחות.
ישיבה'ניו: דער ישיבה האט גאר אן הויכע סוקסעס ראטע פון הייבן בחורים און זיי העלפן גיין מחיל אל חיל צו קענען דערגרייכן זייער מאקסימום פאטענשל.
דעריבער טוען מיר אפעלירן צו כלל ישראל, מי לה' אלי!
כאפט אייך מיט, זייט זיך משתתף ברוח נדיבה, און העלפט אונז ברענגען דעם ישיבה מחיל אל חיל!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 273330434