Donated
Goal
Donors
7 hours ago
$18.009 hours ago
$62.50לכבוד משפחת שווארטץ
10 hours ago
$50.00אחינו בני ישראל רחמנים בני רחמנים
מיר ווענדן זיך צו אייך פון טיפעניש פון אונזער הארץ, ארויסצוהעלפן די גאר וויכטיגע צוועק, א חשוב'ער בחור א יתום וואס גייט אי"ה אין די נאנטע טעג אונטער די חופה. מ'רעדט דא פון א וואס חתן איז אויפגעוואקסן 'גענצליך' אן א טאטע, נאכדעם וואס ער האט אים פארלוירן אין א גאר יונגען עלטער ל"ע. א יתום וואס האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו שפירן די ווארימקייט פון א טאטנ'ס ליבשאפט. בו בזמן ווען אנדערע בחורים זענען אויפגעוואקסן אויפן שויס פון זייער טאטן, האט ער געדארפט זוכן זיין וועג אליין, און ב"ה, מיט זיין אייזערנעם ווילן האט ער זיך געשטארקט אויף אלע שוועריקייטן און גייט אין די פוסטריט פון זיין טאטן ז"ל, א חתן א ריכטיגע תלמיד חכם!
די מאמע די אלמנה וואס האט אליין אויפגעהאדעוועט 14 קינדער נאכ'ן פארלירן איר מאן אין גאר יונגע יארן, טראכט פון איר זון'ס חתונה. ווי אזוי וועט זי קענען שטעלן א חופה פאר איר יתום, אן די שטיצע פון איר מאן? ווי אזוי וועט זי אים קענען געבן וואס יעדע מאמע און טאטע ווילן געבן פאר זייער קינד?? זי וויל נישט דארפן אויפשטיין יעדן טאג מיט די טיפע ווייטאג און דאגה פון 'כסף מנלן', זי וויל קענען באצאלן די אומ-געהויערע הוצאות החתונה הממשמש ובא מיט א שלוות הנפש.
להוי ידוע: מ'רעדט דא פון א חשוב'ע היימישע משפחה ביי אונז אין קרית יואל / וויליאמסבורג, וואס די טאטע איז געווען א אהוב וידוע לכל, ת"ח עצום, אוהב את הבריות, מגי"ש רבות בשנים, אבער ליידער האט די השגחה העליונה צוגעפירט אז ער איז נסתלק געווארן, אין גאר בליענדן עלטער, איבערלאזענדיג א שטוב מיט 14 יתומים, פון זיי 11 וואס זענען נישט געווען חתונה געהאט.
ב"ה אין די לעצטע 18 יאר האט מען באוויזן מיט די הילף פון נדיבי עם, וואס האבן געוואלט האבן א חלק אין די מורא'דיגע מצוה, פון משמח זיין דעם אויבערשטנ'ס קינדערלעך, חתונה צו מאכן כמעט אלע קינדער פון שטוב, און יעצט שטייט מען נאכאמאל פאר א זמן שמחה, ווען די חשוב'ע אלמנה וועט נאכאמאל פירן א זון צו די חופה, אבער אין בידה לפורטה אפי' שוה פרוטה.
בעטן מיר אייך ממעמקי הלב, העלפט ארויס די אלמנה חתונה מאכן מיט א רואיג הארץ איר זון די יתום. ובזכות זה וועט אייך די חשוב'ע פאטער זצ"ל זיין א מליץ יושר מגנזי מרומים, און דער אבי יתומים וועט אייך נישט שולדיג בלייבן, נאר באצאלן מידו הרחבה והמלאה, אך טוב וחסד ירדפוך כל ימי חייך, בריאות השלימות, עושר ואושר, וכט"ס, אמן
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094