Donated
Goal
Donors
11 hours ago
$102.001 day ago
$360.004 days ago
$180.004 days ago
$180.00Thank you for the zechus
א שווערער עני הגון שטייט פאר א חתונה אין געציילטע טעג!
א חשוב’ער ערליכער איד, א שווערער עני הגון, וואס מוטשעט זיך שוין א לענגערע צייט מיט גרויסע פינאנציעלע שוועריגקייטן, האט ממש פאר יום טוב חתונה געמאכט א קינד.
נאך איידער ער האט זיך געקענט ערהוילן פון די שווערע הוצאות פון דער ערשטער חתונה, שטייט ער שוין ווידער פאר א חתונה פון נאך א קינד, וואס קומט פאר קומענדיגע וואך.
דער מצב איז גאר שווער. דער טאטע איז שוין שטארק פארזונקען אין חובות, און צוליב די שווערע דחקות האט ער שוין א לענגערע צייט נישט געקענט באצאלן זיין רענט, ביז עס האלט שוין ביים מצב אז מען וויל אים ארויסשטעלן פון זיין דירה.
און יעצט, ווען די חתונה רוקט זיך נענטער, האט ער פשוט נישט די מינימאלע מיטלען צו קענען צוגיין צו דער שמחה מיט א רואיג הארץ.
מיר האבן בלויז געציילטע טעג צו העלפן דעם איד חתונה מאכן זיין קינד בכבוד.
דעריבער ווענדן מיר זיך צו אחינו בני ישראל, רחמנים בני רחמנים, זיך אנצורופן מיט א ברייט הארץ און אנטייל נעמען אין דער גרויסער מצוה פון הכנסת כלה.
יעדער סכום מאכט א חילוק, און צוזאמען קענען מיר אים ארויסהעלפן פון זיין שווערע מצב.
אין זכות פון דער גרויסער מצוה זאל דער אויבערשטער העלפן אז ביי אונז אלע זאל מען הערן נאר בשורות טובות און שמחות מתוך הרחבת הדעת.
עת לעשות — יעצט איז די צייט צו העלפן!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663