Donated
Goal
Donors
12 hours ago
$721.001 day ago
$72.002 days ago
$378.001 week ago
$100.002 weeks ago
$65.002 weeks ago
$36.002 weeks ago
$10.002 weeks ago
$18.00Gmar Chasimah Tovah
צווישן די געסלעך פון מאנסי, שיינט ארויס אן אור גדול פון א הייליגער מקום תורה, די באשיידענע אבער גלאררייכע ישיבה גבוה 'בית אשר', וואו עס זיצן צענדליגער ערוואקסענע חסיד׳ישע בחורים וועלכע זענען געקומען פארענדיגן און משלים זייערע ישיבה יארן, בין כותלי הישיבה, תחת נשיאות מרן ראש הישיבה הגאון רבי יהושע אלעזר שלעזינגער שליט"א, וואו מ'הארעוועט על התורה ועל העבודה.
ב"ה און די לעצטע פאר יאר איז די ישיבה הק' געווארן אן אויסגערופענע מקום תורה, און איז פקיע שמיה בכל העולם כולו ממש, וואו בחורים פון אלע עקן וועלט קומען עוסק זיין בתורה, און זיין בצילו פונעם ראש ישיבה שליט"א.
די ישיבה הק' 'בית אשר' איז געגרינדעט געווארן בשנת תשפ"ב העעל"ט, דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס שטייט בראש פון די ישיבה און האט אינזין אלע איינציילהייטן קטן כגדול, דאס נעמט אריין ממש אלעס, סיי די רוחניות און די גשמיות פון די חשוב'ע תלמידים, און אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.
די ישיבה איז אויסגעשטאט אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן מיט אלעס וואס א ישיבה דארף. א גרויסע, לופטיגע היכל בית המדרש, חדרי הלימוד, א גרויסן עס-זאל, און פילע שלאף-צימערן, און אלע אנדערע באדערפענישן, וואס גיבט צו א באזונדערן הרחבת הדעת צו קענען שטייגן מעלה מעלה און זיך אריינלייגן ראשם ורבם אין די תורה הקדושה און התעלות ברוחניות. די הנהלת הישיבה שפארט נישט קיין שום געלט פאר'ן צוועק פון די באקוועמליכקייט און הצלחה פון די תלמידי הישיבה, און יעדן חודש קאסט אפ ריזיגע סכומים, וואס דארף ווערן צוזאמגעשטעלט דורך די געטרייע הנהלת הישיבה.
די עלטערן צאלן טאקע ערליך שכר לימוד, וואס דאס איז אינ'אמת'ן די הויפט הכנסה אז די ישיבה זאל קענען אנגיין, אבער די הוצאות זענען נאך אלץ פיל גרעסער פון די הכנסות, ואין הקומץ משביע את הארי, און עס בלייבט איבער אַ גרויסע לאך וואס לאזט נישט דער ראש ישיבה שליט"א במנוחה.
די הנהלת הישיבה קוקט ארויס אויף די הילף און שטיצע פון נדיבים בעם וועלכע פארשטייען די וויכטיגקייט פון די הייליגע ישיבה, און ווילן העלפן פרעזענליך דער ראש ישיבה שליט"א זאל קענען אנהייבן די נייעם שנת הלימודים במנוחה נכונה אומגעשטערט, און דערמיט האבן א חלק און זכות שותפות אין די הצלחה פון די בחורי חמד, להגדיל תורה ולהאדירה. און איינוועגס זיך איינקויפן זכותים אדירים צום נייעם יאר הבעל"ט, און זוכה זיין צום ברכות התורה אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד. און א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטש יאר!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 133383900The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663