Loading

ישיבה תפארת יוסף


Donate Now

650 Donors


English אידיש

Yeshiva Tiferes Yosef

אין עיר התורה לעיקוואד זענען פארהאנען פילצאליגע ישיבות. אבער איין ישיבה וועלכע שיינט ארויס צו זיין ׳די׳ חסידישע ישיבה אין שטאט, איז בלי שום ספק דער געהויבענער ווינקל ״תפארת יוסף״ אין וועלכן עס זיצן און הארעווען די חשוב׳ע תלמידים על התורה ועל העבודה, און שווימען אינעם ים התלמוד מיט גרויס הנאה, שעפנדיג זיך אן פון די תורה ברונעם דורכן זיך פלאגן באהלה של תורה.

אנדערש ווי פילע ישיבות איז ״תפארת יוסף״ געגרינדעט געווארן דורך א גרופע געהויבענע בחורים וועלכע האבן זיך געטראפן ישיבה׳לאז אין די ביטערע קאוויד טעג ווען אלע מוסדות התורה זענען געווען פארשלאסן, און זיי האבן נישט געוואלט פארנאכלעסיגן זייערע לימודים. זייערע עלטערן האבן זיך צוגעשטעלט צו זייער זייט און האבן אראנזשירט אן אקטיווער ארט, און געקרוינט דעם חשוב׳ן ראש ישיבה הרה״ג המפו׳ רבי יעקב יוסף ראבינאוויטש שליט״א רב דקהל חסידים, וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס און מיט גרויס פאכמאנישקייט פירט ער עס שוין עטליכע יאר, כולם שווים לטובה, עד היום הזה.

די חבורה איז זיך צעוואקסן, און עס זענען צוגעקומען מער און מער חשוב׳ע תלמידים, ביז מען האט באשלאסן אז מען ברויך זיך ארגאניזירן ווי א פולשטענדיגער ישיבה אין אלע הינזיכטן. צו מזל האט דאן א ישיבה פארלאזט זייער געביידע, איבערלאזנדיג פאר די ״תפארת יוסף״ בחורים א פערפעקטער לאקאל צו שטייגן און זיך צו דערהייבן על במתי התורה והחסידות. די ישיבה איז אויסגערופן מיט אירע אייגנארטיגע סדרים, מיט איר הערליכע סדר היום און פילצאליגע שעות רצופות וואס די בחורים זעלבסט אינוועסטירן דערינען בלב ובנפש. די טיפזיניגע שיעורים און שטארקע הלכה סדרים, און אזוי אויך די נאכט סדר און השקפה שמועסן, דאס אלעס איז עפעס וואס טוט אויסשרייען פון זיך אליין:

הרימותי בחור מעם! אשרינו מה טוב חלקנו!

היינט צוטאגס שטייט מען אין א מצב אז די ישיבה ברויך צוקומען צו פינאנציעלע הילף כדי צו פארזיכערן איר געהויבענער עקזיסטענץ. עס איז נישט גרינג צו פירן אזא ישיבה אויף בלויז צוויי פלייצעס, און עס ווערט אויפגעפאדערט פון כלל ישראל, לבוא לעזרת ה׳ בגיבורים, און צו שטיין צוהילף פאר די אלע וועלכע האבן א יד אז די טייערע ישיבה ״תפארת יוסף״ זאל ווייטער קענען אנגיין אומגעשטערט.

אלזא, מיר ווענדן זיך צו אייך מיט איין געבעט:

ביטע העלפט אונז פארזיכערן אז די ישיבה הקדושה זאל קענען ווייטער אנגיין, העלפט ״תפארת יוסף״ ווייטער הייבן אירע בחורים און פארזיכערן אז זיי שטייגן מעלה מעלה אזוי ווי די ארגינעלע מאטא פון די ישיבה איז, און אויף וואס עס איז געגרינדעט געווארן. אויף רצוננו לעשות רצניך, אויף דעם לעשות רצונך חפצתי.

דער מעסעדזש איז קלאר: אן אייער שטיצע קען די ישיבה נישט אנגיין! אלזא, ביטע צעגערט נישט קיין סאך, און זייט מנדב א ווארעמהארציגע נדבה יעצט! לכבוד התורה!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share
Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading