Donated
Goal
Donors
5 months ago
$50.005 months ago
$36.00לכבוד הרב הגאון החסיד ר’ חיים צבי שליט’’א איינע פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין יוגענט איז פון אייך. אייער ספרים. ניגונים. מידות טובות. וואס איר האט איינגעפלאנצט פאר די עדרי צאן קדשים איז א נצחיות!! אין די זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין לכל מילי דמ
5 months ago
$100.005 months ago
$52.00טעגליך ווערט ב"ה פארקויפט און צישפרייט צווישן מלמדים ספר המדות!!
6 months ago
$5,000.00in honor of the dearest Sruly
6 months ago
$50.006 months ago
$180.007 months ago
$18.00לכבוד הרה"צ טוב ומטיב לאחרים זוכה ומזכה הרבים רבי חיים צבי שליט"א
הערט אן אמת'ע געשיכטע:
1) א זיס יונגעלע פון ארץ ישראל, ביי די 10 יאר אלט האט די מאמע באקומען א צוזאמען בראך ל"ע.
2) אין רעזולטאט, האבן די 2 עלטערע ברודער אוועק געגליטשט פון אידישן וועג ה"י
3) דער עלטערער שוואגער ברענגט אים קיין ניו יארק צו ראטעווען זיין נשמה.
4) וואלגערט זיך אין הייזער פון ווארימע אידן רחמנים בני רחמנים.
5) ביי די 14 יאר פארט ער אהיים אויף יו"ט, אויפן וועג צוריק אנקומענדיג קיין JFK האבן די קאסטומס אים נישט צוריק אריין געלאזט, מ'האט אים דארט איינגעשפארט אליינס אויף 12 שעה און געפארשט כאילו ער איז א פארברעכער, דערנאך צוריק אפגעשיקט קיין ארץ ישראל ווי אן ארעסטאנט.
6) ער לערנט אין עטליכע ישיבות, אבער צוליב זיין מצב איז ער ליידער נישט מצליח.
7) ביי די 18 יאר איז די מאמע נפטר געווארן, און דער טאטע האט פריש חתונה געהאט, אזוי איז ער געבליבן א קיילעכדיגער יתום.
8) נאך פרישע יארן פון גלות, פיין און צער, איז ער ענדליך א חתן געווארן צו א חשובע כלה תחי', און ביום חמשה עשר באב תשפ"ד, גייט ער אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת. אבער ער מוז אלעס באצאלן...
9) אינמיטן פלאנירן ווי אזוי צוזאמען שטעלן געלט אויף זיין חתונה, איז זיין עלטערער ברודער וועלכער האט אינצווישן חתונה געהאט און געווארן בעל תשובה, ליידער גע'הרג'עט געווארן פון אן אראבישע באמבע... און דער גאנצער מצב האט זיך געטוישט.
10) לאמיר אים ארויסווייזן אונזער אידיש געפיל און העלפן אויפבויען א אידישע שטוב מיט א ליכטיגן עתיד.