Donated
Goal
Donors
2 months ago
$18.002 months ago
$36.002 months ago
$18.002 months ago
$5.002 months ago
$18.002 months ago
$12.002 months ago
$10.00לכבוד ידידי היקר ... שיחי';
עס קומט היינט פאר די קאמפיין פאר מיין חשוב'ע ראש הכולל, א דיין אין אונזער קהילה וועלכע שלעפט א שווערן פעקל פון א טאכטער וואס האט ליידער מענטל העלט אישוס וואס דאס אליינס קאסט אפ איבער $7,000 יעדע איינציגסטע חודש, חוץ פון דעם קומט נאך צו יעדן חודש $3,000 פאר א זוהן וואס דארף אויך צוקומען צו צרכי רפואה,
סך הכל קומט עס אויס צו א סכום פון אריבער $10,000 א חודש, וואס אפי' פאר אן ארבעטס יונגערמאן איז עס ממש אוממעגליך צו דעקן, כל שכן פאר א בן תורה וואס אין בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד איז עס זיכער אן אומגעהויערע לאסט אויף זיינע פלייצעס, און נאכדערצו ווען מ'רעדט פון צרכי רפואה וואס שלעפט געווענליך אריין אין פיל גרעסערע סכומים ווי פאראויסגעשאצט.
ביז היינט האט ער שוין פרובירט אלעס אין דער וועלט נישט צו דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם, דרייענדיג אויף אלע מיני אופנים און מהלכים צו קענען זיין א נהנה מיגיע כפו, און אפי' שפעטער האט מען פרובירט מיט נדבות פון עטליכע נגידים, אבער ליידער איז עס צוגעקומען צו א מצב וואס ס'איז כלו כל הקיצין, מ'מוז אויסשרייען דעם עלבון התורה בראש כל חוצות, ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, דער תלמיד חכם האלט פאר אן אונטערבראך, ער קען מער נישט אנגיין, עס טרעט אים ממש צו צום געזונט, ער קומט שוין נישט אין כולל.
מיר מוזן אים העלפן ארויסקריכן פון דעם פלאנטער, מיר מוזן צוזאמען אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר די קומענדיגע יאר צוויי אז ס'זאל זיין א קרן קיימת כדי ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש אויסצולערנען תורה פאר אידישע קינדער.
די קאמפיין איז אין גאנג היינט מאנטאג פרשת שופטים ערב ראש חודש אלול און מארגן דינסטאג ראש חודש אלול,
מיר ציהלן צו שאפן כאטשיג דעם סכום פון $150,000 וואס וועט ערשט אוועקשטעלן די קומענדיגע פופצן חדשים אז דער תלמיד חכם זאל האבן הרחבת הדעת, אביסל מנוחת הנפש זיך צו קענען בארואיגן פון די דרוק פון ביז אהער.
דיין שטיצע וועט גאר אסאך אויסמאכן, ביטע זיי דיר משתתף מיט די מערסטע וואס איז שייך כפי יכלתך, און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094