Donated
Goal
Donors
3 weeks ago
$25.00Volvi is best!
4 weeks ago
$36.001 month ago
$18.001 month ago
$20.001 month ago
$18.00Volvy You Are My Inspiration ❤️
1 month ago
$101.00וואלוי,דיין שכר איז גרויס. יישר כח פארן מזכה זיין צדיק. איי לאוו יו🫶
1 month ago
$20.001 month ago
$10.00צען טאלער פאר די יתומה
מיט פארטרערטע אויגן האבן די קינדער צוגעקוקט ווי זייער טיר פארמאכט זיך. זייער טאטע, פונעם אנדערן זייט טיר, וועט מער קיינמאל דעם שוועל נישט אריבער טרעטן. ער איז ארויס, פארלאזט זיין משפחה און מער נישט צוריק געקוקט.
די אומשולדיגע קינדערלעך האבן געקוקט אויף זייער מאמע מיט דערשראקענע אויגעלעך. וואס וועט זיין מיט אונז? מאין יבא עזרי? די גראסערי האט מער נישט געלאזט "אויפשרייבן" וויסנדיג אז קיינער וועט דאס נישט באצאלן. עס איז קוים געווען געלט צו קויפן עסן, אפגערעדט פון אנדערע הוצאות. קינדער זענען געזעסן אינדערהיים, נישט קענענדיג באצאלן שכר לימוד. די מאמע איז נישט געווען געהעריג מיט זיי אפציווארטן מיט א ווארעמע נאכטמאל, ווייל זי האט געארבעט ווי ווייט מעגליך דאס אלעס צו דעקן. א קינד מיט וואס דארף ספעציעלע הילף איז ממש אונטערגעגאנגען ווייל מ'האט נישט געקענט באצאלן פאר זיינע נצרכים. איינע פון די קינדער וואקלט זיך אין אידישקייט צוליב דעם אלעם. די יאוש איז גרויס.
זיי האבן ב"ה זוכה געווען צו טוען א שידוך מיט זייער עלטסטע טאכטער. ד מצב אין שטוב איז גאר ענג. די חתונה איז אין אפאר וואכן ארום און מען קען אפילו א קלייד נישט איינקויפן. אנשטאטס שמחה, הערשט א אנגעצויגנייט און שרעק. ווא וועט דא זיין? די קינדער בעטן און לעכצן אויף א נארמאלע לעבן.
האבט רחמנות און עפנט אייערע הערצער ברייט. ראטעוועט א משפחה פון צוזאמפאלן. העלפט ארויס אז די זון זאל ווייטער שיינען פאר זיי און שיינט אריין א שטראל פון האפענונג אין די צובראכענע געמוטער. ישלם ה' שכר פעולתך און איר זאלט אלעמאל זוכה זיין צו קענען געבן.