Loading

הכנסת כלה



Team Yanky Schonbrun

6

$1,092.00

Donated

$1,000.00

Goal

24

Donors

24 Donors


18 יאר א בחור

פון קליין ווייז אן ווייסט א יעדער חדר אינגל צו זאגן דעם לשון הגמרא בן שמנה עשרה לחופה

וואס ביי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל איז דאס בערך און די אכצנטע יאר אדער ערגעץ ארום

״אבער אכצן יאר א בחור״ דאס איז שוין עפעס וואס הערט זיך נישט אזוי אפט

מיינע טייערע ידידים און קרובים איך שטיי יעצט נאך אכצן יאר וואס די משפחה זוכט א שידוך פאר מיינס א גאר נאנטן קרוב, און ברוך השם דער אייבערשטער האט ברוב רחמים וחסדים צוגעשיקט א גאר שיינע שידוך ממש א צוגעפאסענע זאך, מ'האט זיך אבער געדארפט אונטערנעמען א פשוטע קליינע תנאי קודם למעשה

אז מוועט אויסצאלן ביידע צדדים,

האבן מיר געמאכט א חשבון אז ווען מ'זאל אייך אנרופן פארן שידוך און געבן די פרטי הדברים און אנפרעגן צו מ'זאל איינגיין אויפן תנאי, וואלט איר אוודאי אויסגעשריגן "אוודאי זאל מען לויפן טוהן דעם שידוך", איי, וואס איז וועגן געלט? פון וואו זאלן מיר שאפן $150,000 אין 3 חדשים? וואלט איר אוודאי צוגעזאגט אז איר וועט ארויס העלפן מיט וואס איר קענט נאר!!!

נו, טאקע פארדעם קום איך צו אייך מיינע טייערע חברים קרובים און ידידים, העלפטס ארויס דעם גליקליכן חתן גיין צו זיין גליקליכסטע טאג וואס ער ווארט שוין איבער 30 יאר גליקליכערהייט,

און אין דעם זכות פון אזא הייליגע מצוה פון הכנסת כלה זאל דער אייבערשטער אייך שיקן די מתנה אז איר זאלט קיינמאל דעם חתן נישט פארשטיין, און איר זאלט געבענטשט ווערן מיט אלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא!!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 923617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 470-3783

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading