Donated
Goal
Donors
1 month ago
$21.00לכבוד ר' יענקל
1 month ago
$18.00לכבוד מורינו ורבינו צדיק דורינו
1 month ago
$67.00lily nishmas R shaye ben R Moishe Ztl
1 month ago
$5.00קויפסט דיר איין גוטע זכותים פארן חתונה!!!
1 month ago
$18.00keep on going!!
1 month ago
$24.00כתיבה וחתימה טובה
1 month ago
$10.001 month ago
$13.00פאר יענקי
יעדע בחור אדער אינגערמאן וואס האט געלערנט אין ירושלים עיה"ק, אפילו נאר פאר איין זמן, וואס וועט הערן איינעם דערמאנען דעם אדרעס 'ישא ברכה 15', וועט גלייך וויסן וואס יענער רעדט פון, אפילו ער האט נאך ניטאמאל געהערט איין ווארט וואס יענער רעדט. (אויסער דעם אדרעס...)
אינעם בנין וואס שטייט אויפן שטח נעבן דעם צאנז'ע שטיבל אין ירושלים, וואס איז באקאנט אלס ישא ברכה 15. געפינט זיך אויפן צווייטן שטאק א איינפאכע ירושלים'ע שטוב מיט א אמעריקאנע חסידישן טעם.
אויפן טיר איז דא קליינעם פלאקאט וואס גיבט אן אז דער משפחה וואס וואוינט אינטער דעם איידעלן האלצענעם טיר רופן זיך אויפן משפחה נאמען גראס. אבער וואס טוט זיך אינטער דעם טיר, איז גאר שווער ארויס צו ברענגען אויף פאפיר.
אנגעהויבן פון פרייטאג צופרי ווען דער טיר ווערט אויפגעשפארט, בלייבט דאס אפן ביז אין די גאר שפעטע מוצאי שבת שעות. אין דורך אויס די 36 שעה פון ליל שב"ק ביז מוצאי שבת, קען יעדע בחור אריין שפאצירן אין דעם שטוב, אָן דארפן אפילו א קלאפ געבן אינעם טיר. און גלייך ווען א בחור טרעט נאר איבער דעם שוועל פון משפחת 'גראס' דורך אויס די אויבנדערמאנטע שעות, וועט עס בכלל נישט אויסמאכן ווי דער ווייזערל פונעם זייגער ווייזט אן אין יענע מינוטן. עס קען זיין 12:00 פרייטאג צונאכטס, צו א האלבע שעה פארן עלות, אדער שבת צופרי 2:30, צו 15 מינוט פארן זמן מוצש"ק לר"ת, אבער דער בחור וועט מיט דעם אלעם באלד סארווירט ווערן מיט א געשמאקע סעודת שבת ביד רחבה מכל טוב וטב.
***
יעדער ווייסט טאקע צוזאגן איבער דעם אפענעם הויז וואס געפינט אויף ישא ברכה 15 אויפן צווייטן שטאק. אבער ווער עס וואוינט דערין, און ווער עס צאלט מידי שבת בשבתו פאר די צענדליגע סעודות, און ווי אזוי ער הייסט, איז ווייניגער באקאנט ווי דעם אדרעס. און צווישן זיי זענען דא אפילו בחורים וואס האבן שוין געגעסן דארט צענדליגע מאל, און זענען אפילו קבועים דארט, אבער ווי אזוי דער אויסטערלישע מכניס אורח הייסט, ווייסן זיי נישט.
די וואס ווייסן שוין יא אז דער בעל חסד טראגט דעם גאר באקאנטן משפחה נאמען 'גראס', זאגט עס אבער נישט צופיל פאר זיי, וויבאלד דער נאמען גראס טראגן גאר אסאך פארצווייגטע משפחות אין כלל ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן.
אבער כידועה ליודעי חן, הייסט דער 'גראס' הרה"ח ר' א.י. גראס שליט"א, א געוועזענע תושב אין מאנסי
ר' א.י. איז נישט סתם א רעגלמעסיגע בעל חסד, נאר א איד א בן עלי' וואס צייכנט זיך אויס אין אלע דריי עמודי עולם, תורה עבודה און גמילת חסדים, אויף א גאר זעלטענעם פארנעם.
ער גייט אין די דרכים פון זיין גרויסע זיידע הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, צו וועם זיין חשובע בני בית ציעט דעם גרויסן יחוס, מיטן געבן צו עסן פאר אידישע קינדער.
***
פאר טייל קען זיך דאכטן אז ר' א.י. פארמאגט א פארבארגענע קאמער, פון ווי ער נעמט די געלט צו צושטעלן די הונדערטע סעודות וואס ווערט סארווירט ביי איהם אין שטוב במידי שבת בשבתו, פאר די הונדערטע בחורים וואס עסן דארט בקביעות און שלא בקביעות, אבער דאס איז נישט דער מציאות אין וועלעכע ר' א.י. לעבט.
ר' א.י. לעבט גאר א באשיידענע און איינפאכע ירושלימ'ע לעבנס שטייגער, און ער פארמאגט נישט אין טאש קיין סאך, פון ווי אויס צו צאלן די הונדערטע סעודות. נאר זייענדיג א איד א בן עלי' וואס לעבט כל כולו מיטן באשעפער יעדע רגע, ליידיגט ער אויס יעדע וואך דאס טאש פון די לעצטע פרוטות וואס עס געפינען זיך דארט, גלייבנדיג מיט א ריינע אמונה און מיט א שטארקע ביטחון, אז פון ערגעץ וועט איהם שוין דער באשעפער צו שיקן די געלט צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות.
אויב מאכט זיך אמאל א וואך וואס ער פארמאגט נישט די נויטיגע געלטער דערפאר, וועט ניטאמאל קומען צו איהם אין באטראכט א מחשבה'לע צו פארשפארן זיין שטוב יענע וואך, און נישט צושטעלן קיין סעודות. נאר ער וועט זיך צוזאם בארגן געלט, צו קענען צושטעלן זיינע לויטערע גמילות חסדים'דיגע סעודות.
אין לויף פון די פארגאנגענע יארן האט זיך ר' א.י. אנגעזאמלט מיט גרויסע חובות, אין וועלעכע די סעודות האט איהם אריין געצויגן אין. אבער מיט דעם אלעם גיבט ער דאס נישט אויף, און ער גייט ווייטער אן מיט די סעודות מיט א מסירת נפש.
***
אצינד שטייט ר' א.י. אין דעם שמחה'דיגע מאמענט, ווען ער גייט אינטער פירן א טאכטער אינטערן חופה, וואס איז שוין דעם דריטן קינד וואס ער מאכט חתונה אין א קורצע צייט אפשניט פון ארום א יאר צייט.
און אויסער די שווערע חובות וועלעכע הויערן אויף איהם אן רחמנות, דארף ער אצינד אויסצאלן די גרויסע קאסטן וועלעכע חתונה מאכן א קינד פארלאנגט. און לאמיר נישט פארגעסן אז דאס איז שוין דער דריטע מאל אין א יאר צייט, וואס ר' א.י. דארף ארויס נעמען די גרויסע געלטער פון טאש, וואס ער האט פשוט נישט.
איז אלס אידישע קינדער וואס מיר זענען אנגעזאגט געווארן מיט דעם מידה פון הכרות הטוב, אזוי ווי מיר גייען אצינד געפינען אין די קומעדיגע וואכן אין פרשת כי תבא. ליגט א חוב אויף יעדער אינגערמאן אדער בחור וואס האט נאר אמאל נהנה געווען פון ר' א.י.'ס סעודות, ארויס צו נעמען דעם טייסטער פון טאש, און אנטייל צו נעמען אין דעם זעלטענעם צוזאמשטעל פון א חסד, וואס נעמט אריין הכרות הטוב, הכנסת כלה, און געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. און אזוי ארויס העלפן ר' א.י. צו קענען אינטער פירן זיין טאכטער אינטער די חופה שטאנגען מיט א רואיגע געמיט, אנדעם וואס די גרויסע חובות זאלן איהם אוועק נעמען דעם קאפ פון די שמחה.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094