Loading

Kol Achim



Team Reizy Stern Under Beis Ruchel

15

$154.00

Donated

$1,000.00

Goal

2

Donors

Donate Now

2 Donors


English אידיש

ווען עלטערן צוטיילן זיך, איז עס זעלבסט פארשטענדליך, גאר א שווערע טראומע אויף די גאנצע משפחה. אפילו אין די בעסטע אומשטענדן, אין אזא מצב , ספראווען זיך די קינדער מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן אויף יעדע פארנעם.

די ווייטאג פון נישט האבן איינע פון די עלטערן אין שטוב, די שוועריגקייט פון זיין אנדערש ווי אנדערע, די stigma. דאס קינד מוטשעט זיך מיט שווערע געפילן פון שאנדע: "מ'קוקט אויף מיר ווי גלייך איך האב א הארן אויפן קאפ!" :Guilt "אפשר וואלט איך געקענט עפעס טאן צו ראטעווען מיינע עלטערן'ס marriage!” שולד: "אפשר איז עס גאר 'מיין' שולד אז זיי האבן זיך צוטיילט!" :Depression"וואס איז מיר ווערד דאס לעבן? עס איז נישטא קיין האפענונג (ח''ו). איך בין די שטאט'ס נעבעך!" נישט טרעפנדיג אן ארט פאר די שטורימישע געפילן, ווערן פילע קינדער ליידער אפעקטירט מיטן סדר היום און געזעלאפט ווי אויך מיטן לערנען. פיל זענען אויף א גרויסע ריזיקע פאר דאס ערגסטע ר''ל.

איבער פיר יאר צוריק, פרשת תרומה תשפ''א, האט קול אחים געהערט דאס וויי געשריי און געווען דאס נחשן אין אריינגעשפרינען אין א ים וואס אנדערע האבן נישט געטרויערט אנרירן.

מיט קיין שום אפיציעלע קוואל פון funding איז קול אחים געווארן א רעאליטעט בעז''ה!

אן ארט ווי "זיין" קול ווערט דערשפירט.

קול אחים'ס מיסיע איז צו פאראייניגן, דערהייבן און געבן חיזוק און פארשטאנד פאר קינדער פון שטובער פון צוטיילטע עלטערן. די קול אחים האטליין ווערט כסדר updated בעז''ה מיט אינהאלטספולע שיעורים דורך בארימטע רעדנערס, פערזענליכע אינטערוויוס, שאלות ותשובות, מעשה פארזעצונגען, אינטערעסאנטע פראגראמען און נאך... עס איז א פלאטפערמע ווי בחורים און קינדער האבן א זיכער ארט ווי זיי קענען שפירן אז איינער פארשטייט זיי. קול אחים איז אונטער די אויפזיכט פון רבנים און מחנכים וואס פארשטייען צו די נושא.

די קינדער האבן די מעגליכקייט זיך צו פארבינדן מיט די מחנכים אויסצושמועסן זייערע סענסיטיווע שוועריגקייטן. ווי אויך אפפערט קול אחים referrals צו /mentors אינגעלייט וואס האבן ספעציעלע פארשטאנד אין די מצב.

רעספעקטירנדיג די אייגנארטיגע געפילן פון יעדע קינד באזונדער, ספעציעל די סארט וואס וואלטן קיינמאל געוואלט מיטהאלטן א פערזענליכע צוזאמקום ,האבן צו-הערער פון יעדן עלטער די מעגליכקייט אריינצורופן סיי ווען אן ארויסצוגעבן זייער אידענטיטעט.

צוליב די סענסיטיווקייט פון די נושא, האלטן מיר די ליין פריוואט, נאר פאר די וואס זענען אין די מצב. טראצדעם, איז דאס קול געהערט געווארן גאר ווייט איבער די וועלט און נאך פילע פארלאנגען האבן מיר לעצטנס געעפנט בעז''ה א קול אחים ליין אויך אין ארץ ישראל. מיטן ברייטן וואקס פונעם ציבור, זענען די הוצאות זייער פארצווייגט.

ווען נישט די פילע פידבעק פון קינדער ארום די וועלט און זייערע מחנכים, וואלטן מיר נישט געקענט אנגיין. ווי א באוואוסטע מחנך האט זיך אויסגעדרוקט: "מיין תלמיד 'לעבט' אויף קול אחים!

העלפט אונז ווייטער געבן לעבן בעז''ה פאר די אומשילדיגע נשמות מיט אייער ברייטהארציגע נדבה!

בזכות זה זאלט איר קיינמאל דארפן אנקומען צו אזא ארגענאזאציע און געבענטשט ווערן מיט כל משאלות לבך לטובה!

ראטעוועט א לעבן. ראטעוועט דורות! ס'איז אין אייערע הענט!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 116077127


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 595-4955
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading