Donated
Goal
Donors
8 months ago
$150.008 months ago
$101.00צווישן די געסלעך פון ירושלים עיר הקודש, ארומגענומען מיט די הרי ציון, שיינט ארויס אן אור גדול
פון א הייליגער מקום תורה, די באשיידענע אבער גלאררייכע ישיבה און כולל בית שערים וואו עס זיצן
צענדליגער ערוואקסענע חסידישע בחורים וועלכע זענען געקומען צו פארן פון חוץ לארץ נאכן פארענדיגן
זייערע ישיבה יארן, און דא פארמאגן זיי נישט קיין שום דאגה אויף דער וועלט, חוץ פון פארענטפערן א
שווערן תוספות און רבי עקיבא אייגער.
די עלטערן אין ניו יארק זענען פול מיט נחת און פרייד און זענען מקושר מיט א קשר אמיץ וחזק צו די
הייליגע ישיבה, מיטהאלטנדיג בחוש ווי זייערע קינדער נוצן אויס די בחורישע יארן צו שטייגן בתורה,
עבודה ויראת שמים, אין אזא דערהויבענע אטמאספערע, מיט דער באגלייטונג פון אויסגערופענע און
חשובע רמים שליטא, וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה און התעלות פון די תלמידים.
די ישיבה הק בית שערים איז געגרינדעט געווארן בשנת תשפג העעלט דורך הרה"ג ר'
אליעזר זאב קליין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' שמואל שאהן
שליט"א, וואס אינאיינעם שטייען זיי בראש פון די ישיבה און האבן אינזין יעדן דבר קטן וגדול, די
רוחניות ווי די גשמיות פון די חשובע תלמידים.
אין די לעצטערע חדשים האט מען בעזה אפגעדינגען א פרישן בנין גדול רחבת ידים וואס זאל זיין
דער אכסניא של תורה פאר די הייליגע ישיבה, און צושטעלן מטה, שולחן, כסא ומנורה אויף א ברייטע און
געשמאקע אופן, מיטן פולסטן הרחבת הדעת וואס עס פעלט זיך אויס. יא! אזוי ווי איר הערט...!
די ישיבה קען זיין אייערס פאר א חודש, וואך אדער טאג.
איר קענט האבן די אומבאגרייפליכע זכיה פון נעמען אויף זיך דער זכות פון די ישיבה דורכן אפקויפן
איינס פון די שיעורים, חדשים, וואכן אדער טעג.
די עלטערן צאלן טאקע ערליך שכר לימוד, וואס איז די הויפט הכנסה אז די ישיבה זאל קענען אנגיין,
אבער די הוצאות זענען נאך אלץ פיל גרעסער פון די הכנסות, ווען דער בודזשעט גרייכט צו א ריזיגן סכום
פון $50,000 א חודש.
די הנהלת הישיבה קוקט ארויס אויף די הילף און שטיצע פון נדיבים בעם וועלכע פארשטייען די
וויכטיגקייט פון די הייליגע ישיבה, און ווילן האבן א חלק און זכות שותפות אין די הצלחה פון די בחורי
חמד, להגדיל תורה ולהאדירה.
אינעם היכל הישיבה וועט פראמינענט ארויסגעלייגט ווערן די נעמען פון די פטרונים, און זייערע
נעמען וועלן שטיין פאר די אויגן פון די בחורים און מרביצי תורה, לזכרון לפני ה וואס איז אן
אינוועסמענט מיט אומבאשרייבליכע רוחים, בזה ובבא.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 112288896