Donated
Goal
Donors
26 minutes ago
$100.0030 minutes ago
$5.001 hour ago
$36.00R Yisroel!
2 hours ago
$24.00bhatzlocha
2 hours ago
$180.00Hashem should shower him with Nechama
2 hours ago
$50.00L'illuy nishmas Ovi Mori Chananyoh Mordechai ben Avrohom Yitzchok z'l
2 hours ago
$52.002 hours ago
$180.00א הארציגע ווענדונג צו באגלייטן א קיילעכיגער יתום צו זיין פולשטענדיגע הצלחה בעז"ה
ליידער האט פאסירט דעם יו"ט א ביטערע טראגעדיע, ווען א יונגע פרוי איז ליידער נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון דריי און פערציג יאר, איבערלאזנדיג איין איינציג זון א קיילעכיגער יתום, וועלכער איז אצינד אנגעוואנדן אויף הילף פון כלל ישראל.
די רעדע איז פון מיין חשובע שוועגערין מרת דינה גאלדשטיין ע"ה, וועלכע האט ליידער פארלוירן איר מאן מיין חשובע ברודער ר' ארי' גאלדשטיין ע"ה מיט ארום צוואנציג יאר צוריק, און איז צוויי חדשים שפעטער באשאנקען געווארן מיט א לעכטיג קינד, הב' החשוב כמר ארי' אברהם חיים גאלדשטיין נ"י וואס טראגט דעם נאמען פון זיין אומפארגעסליכן טאטן.
זיין געטרייע און ליבליכע מאמע האט אים ערצויגן אינערהאלב די חרדישע קהילה אין קאלאמבוס אהייא, וואו ער איז געשטיגן בתורה ויראת שמים, ליידער האט זיין מאמע מיטגעמאכט שווערע יסורים די לעצטערע יארן, און איז אריבער קאמפליצירטע מעדיצינישע פראצעדורן, ביז איר פרייצייטיגע פטירה דעם חול המועד פסח ל"ע.
דער חשובער בחור ארי' אברהם חיים איז אצינד פארבליבן א קיילעכיגער יתום, אן קיין עלטערן אן קיין געשוויסטער, בלויז ווייטערע משפחה מיטגלידער און גוטע פריינט וואס זארגן זיך פאר זיין וואוילזיין. אין די לעצטערע יארן האט ער געלערנט אין די ארטיגע ישיבה אין קאלאמבוס, דערנאך אין ישיבת אורייתא אין ירושלים, און דערנאך אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן.
אצינד פעלט זיך אויס שטארקע שטיצע פון אחינו בני ישראל צו פארזיכערן זיין עתיד, ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיינע שאיפות, זיך משלים זיין בתורה והוראה, האבן די נויטיגע געלטער זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און חתונה האבן בשעה טובה ומוצלחת אן קיין איבריגע פינאנציעלע זארגן.
לייגט צו א פלייצע, און רופט אייך אן ווארעם מיט שיינע סכומים, די קאמפיין ווערט געפירט דורך הרב אבי גאלדשטיין שליט"א רב פון בית יעקב אין קאלאמבוס אהייא, rabbi@bjcolumbus.org און איז אנגעוואנדן אויף הילף פון יעדן יחיד. ובזכות זה זאל דער אבי היתומים אייך בענטשן מיט אלעם גוטן, מען זאל נישט הערן אזעלכע געשיכטעס מער, נאר שמחה וששון זאל באגלייטן אידישע קינדער לעולמי עד.
ידידכם: ישראל גאלדשטיין
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663