Donated
Goal
Donors
4 hours ago
$46.00חזק ואמץ
4 hours ago
$18.005 hours ago
$26.005 hours ago
$18.005 hours ago
$36.006 hours ago
$18.006 hours ago
$180.00לכבוד המצוה ולכבוד ידידי הנעלה, יקר רוח ונדיב לב, חיי"ם של חסד הי"ו
טייערע חברים און נדיבי לב,
איך ווענד זיך צו אייך מיט א שטארקע פערזענליכע בקשה.
מען רעדט דא פון א נאנטער קרוב, א טייערער בן תורה, א איד וואס זיין גאנץ לעבן איז תורה און עבודת השם.
א גאנץ לעבן האט ער געלעבט מיט דחקות, שטילערהייט, אן קלאגן און אן בעטן פון מענטשן.
אבער יעצט, ווען ער דארף חתונה מאכן זיין טאכטער אין די קומענדיגע טעג, איז דער מצב זייער ביטער.
מען ארבעט און מען פלאגט זיך, מען פרובירט זיך אליין צו דעקן, אבער מען האלט פשוט אין ערגעץ נישט.
דער צער אין שטוב איז זייער גרויס.
די קינדער שפירן אלעס.
זיי זעען ווי די עלטערן דרייען זיך ארום מיט צער און דאגה.
די כלה אליין גייט ארום מיט א צעבראכן הארץ, ווען זי זעט ווי שווער איר טאטע פלאגט זיך און האט נישט פון וואו צו נעמען.
ס׳רייסט דאס הארץ.
וויאזוי קען א טאטע שטיין ביי זיין אייגענעם קינד׳ס חתונה און נישט וויסן פון וואו עס וועט קומען?
וויאזוי קען מען צוקוקן אז אזא חשוב׳ער איד זאל קומען צו די חתונה מיט ליידיגע הענט?
זייער צער שרייט ממש ביזן הימל.
טייערע אידן, האט רחמנות.
עפנט אייערע גוטע הערצער און העלפט ארויס מיט א שיינע נתינה.
יעדע פרוטה גייט גראד צו העלפן די שטוב און צו געבן אביסל רואיגקייט פאר די חתונה.
אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער אייך באצאלן מיט אלעס גוטס, מיט שפע, נחת, און שמחות, און איר זאלט אלעמאל זיין פון די וואס קענען געבן און העלפן אנדערע.
תזכו למצוות.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663