Loading

אחדות פאר אונזער חבר



Team הרב ר' אברהם יודא ניימאן שליט"א

4

$6,911.00

Donated

$10,000.00

Goal

91

Donors

Donate Now

91 Donors


English אידיש

מיר זענען דא פאר אונזער חבר

צוזאמען זענען מיר געזעצן אין חדר, אינאיינעם האבן מיר פארברענגט די בחור'ישע יארן אין ישיבה, און מיט די זעלבע אחדות האבן מיר ארויסגעקוקט איינער פאר'ן אנדערן ווען מיר האבן דערגרייכט די יארן פון שידוכים.

אונזערע הערצער זענען אנגעפולט געווארן מיט שמחה מיט יעדן בחור וואס איז געווארן א חתן און מיט יעדע נייע אידישע שטוב וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן פון אונזער כתה. קיינער ווייסט טאקע נישט וואס דער עתיד האלט, אבער מען קוקט ארויס אויף א גליקליכן לעבן בסייעתא דשמיא.

נישט אנדערש איז געווען מיט אונזער חבר אליהו. ווי שטארק האבן מיר זיך געפריידט ווען ער האט געטון א גוטן שידוך, און ווי שטארק פרייען מיר זיך מיט אים היינט, נישט נאר ווען ער מאכט א שמחה, נאר יעדן טאג, פאר זיין סוקסעספולן לעבן.

אליהו פירט אן א גרויסע אפאראט אינערהאלב א באקאנטע ארגאניזאציע, ער איז ב"ה שיין מצליח, ער האט פרנסה און האט אפילו זוכה געווען צו קויפן א אייגענעם דירה. דער טרוים פון יעדן פון אונז. אבער דאס איז נאר דער דרויסנדיגער בילד.

אינעווייניג איז דער בילד אינגאנצן אנדערש. אליהו'ס ב"ב, ב"ה א וואוילע, ערליכע פרוי, איז אריבער גאר א שווערע אריבערגאנג אין איר לעבן . אז זאכן האבן צוביסלעך אנגעהויבן ארויסקומען און זיך אפרופן אויף איר נפשיות'דיגע און פיזישע געזונט און אויף דעם גאנצן מצב פון איר שטוב.

אליהו, ווי געווענליך, האט זיך צוגעשטעלט ווי א סאלדאט, ארגאניזירט די נויטיגע הילף, טעראפי איו ריהעב פראגראמען וואס קאסט אפ שווערע רבבות יעדע איינציגסטע טאג. פון דרויסן איז ער ווייטער אנגעגאנגען, ברענגענדיג פרנסה און אנפירנדיג מיט די גאנצע שטוב ווערטשאפט.

אבער פארט פארמאגט א מענטש נאר באגרעניצטע כוחות, און ווען עס האט זיך לעצטענס געמאכט פראבלעמען מיט די גאר טייערע אינשורענס וואס ר' אלי' באצאלט, כדי צו קענען באקומען די אומגעהויער קאסטבארע באהאנדלונגען פאר זיין ב"ב, אינאיינעם מיט דעם וואס כרגע דארף ער זיין אין שטוב סיי דער טאטע און סיי א מאמע, פאר זיינע לעכטיגע קינדערלעך, איז דאס שוין געווען צופיל אפילו פאר אים און ער האט אנגעהויבן אונטערברעכן.

ווען ר' אלי' האט צוערשט אנגעהויבן אויסשטרעקן די האנט צו אונז חברים, האבן מיר זיך נישט געקענט גלייבן: "דו, פון אלע חברים?", עס האט זיך נישט געלייגט אויפן שכל, אבער דער מציאות האט אונז אויפגעוויזן אז מיר האבן נישט קיין ברירה נאר מיר מוזן זיך ארויפשארן די ארבל און עפעס טון פאר אונזער חבר.

מיר מוזן אים שאפן אין די נאענטע טעג דעם סכום פון צוויי הונדערט טויזענט דאלער צו ראטעווען אונזער חבר פון אונטערפאלן. יעצט איז א מצב וואס מען קען עס נאך ראטעווען מיט בלויז געלט, און מיר גייען זיך צושטעלן אויף הונדערט פראצענט.

יא! מיר גייען ראטעווען אונזער חבר!


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 588-9058
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading