Loading

העלפט א היימישע פארפאלק


189 Donors

  • יידישע קהילות

    4 minutes ago

    $36.00
  • Yanky Meisels

    6 minutes ago

    $50.00
  • Anonymous

    8 minutes ago

    $18.00
  • רננו צדיקים

    11 minutes ago

    $36.00
  • ...

    23 minutes ago

    $15.00
  • Igelt Reader

    25 minutes ago

    $36.00
  • Ivelt

    25 minutes ago

    $10.00
  • J Gluck

    31 minutes ago

    $100.00

ביטע העלפט א היימישע משפחה, א פארפאלק עניי עירך קודמין וועלכע וואוינט אין איינע פון אונזערע אייגענע היימישע קהילות. דער באטרעפענדער אליינס האט זיך געוואנדן צו אונז דא אויף אייוועלט אז מיר זאלן איהם העלפן.

מען רעדט נישט פון פרעמדע מענטשן. מען רעדט פון אונזערע אייגענע ברידער און שוועסטער.

די ווייב גייט אדורך שווערע יסורי הגוף והנפש. זי מוטשעט זיך מיט גרויסע נסיונות און שוועריגקייטן, און די גאנצע שטוב טראגט די לאסט פון דעם מצב.

דער מאן ארבעט שווער פאר פרנסה, אבער שוין לאנג איז עס נישט גרינג. און יעצט, צוליב די אומשטענדן אין שטוב, איז אים נאך שווערער צו טון וואס ער דארף טון כדי צו ברענגען פרנסה בריווח. א גרויסער טייל פון זיינע כוחות, צייט און געדאנקען גייען אוועק צו באהאנדלען און באגלייטן דעם שווערן מצב אין שטוב.

איך בין פערזענליך אינוואלווד אין דעם מעדיצינישן חלק פון דער זאך, און איך קען דעם מצב פון דער נאנט. איך ווייס פון וואס מען רעדט, און איך ווייס ווי וויכטיג יעדע ביסל הילף איז פאר די משפחה.

איך בעט אייך, אנשטאט אריינווארפן א לייק, ווארפט אריין אפאר דאלער.

א הונדערטער. צוויי מאל חי. א פופציגער. א צוואנציגער.

אדער סיי וואס פאר א סכום איר קענט זיך ערלויבן. ווען אסאך מענטשן געבן אביסל, ווערט דאס צוזאמען א ריזיגע הילף פאר א משפחה וואס קעמפט יעדן טאג מיט שוועריקייטן.

איך בעט אייך: אל תשיבו פני ריקם.

געדענקט!

דא האט איר א געלעגנהייט מקיים צו זיין די העכסטע מדריגות פון צדקה "מתן בסתר" - דער נותן ווייסט נישט ווער דער מקבל איז, און דער מקבל ווייסט נישט ווער דער נותן איז.

ריינע חסד.

ריינע רחמנות.

א ריינע מצוה.

קיין איין פעני גייט נישט פאר קיין אדווערטייזמענט, קיין איין פעני גייט נישט פאר קיין קאמפיין פירמע, און קיין איין פעני גייט נישט פאר דעם דרייווער פון א משולח... די געלט גייט גלייך צו העלפן א אידישע משפחה אין א שווערע שעת הדחק.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלט איר זען אסאך נחת, ברכה, הצלחה און ישועות אין אלע אייערע ענינים. אמן.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 92-3617094
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading