Loading

די מחותן בעט זיך! העלפט מיר חתונה מאכן!
אין אויך זיך אוועק שטעלן אויף די אייגענע פיס, איינמאל פאר אלעמאל!



Team משפחת שאלילאף

1

$5,750.00

Donated

$15,000.00

Goal

4

Donors

Donate Now

4 Donors


בס"ד

טייערע און חשוב'ע ברידער, ס'איז עק וועלט!

עס האנדלט זיך פון א היימישן, אנגעזעהנעם איד, א יגעי כפיו וואס האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט כבוד און אלעמאל עוסק געווען על המחיה ועל הכלכלה מיט אייגענע כוחות, ואף הגדיל לעשות אנדערע צו העלפן שטעלן אויף די פיס.

יעצט שטייט ער ביים לעצטן שוועל – ער מאכט חתונה זיין יונגסטע קינד, זיין לעצטע קראנץ. אבער ליידער איז "באו מים עד נפש" כפשוטו, עס איז פאראן א גאר גרויסע ענגשאפט און ער האט נישט קיין שום מעגליכקייט צו קענען דעקן די מינימאלסטע הוצאות.

די חתונה איז ממש מעת לעת, און עס איז שרעקליך צואנעהמען: די שטוב האט נישט קיין איינציגן דאלער ארויסצויין מאכן די נויטיגע חתונה-שאפינג פאר די כלה! צו דעם צוגעבוגן איז די מצב אזוי אנגעזאמלט, עד כדי כך אז ער שטייט חלילה פארן פארלירן די דאך איבערן קאפ צוליב חובות פון רענט און חודשלעכע הוצאות.

אידן, רחמנים בני רחמנים, ידידים וקרובים: לאמיר זיך יעצט צאמנעמען און אים אויסשטרעקן א ווארעמע, ברודערליכע האנט! ער וואס האט זיין גאנץ לעבן ליב געהאט צו העלפן א צווייטן מכל הלב, נויטיגט זיך יעצט אין אונזער הילף ער זאל זיך קענען צוריק שטעלן אויף די פיס מיט כבוד.

לאמיר אלע גיין יותר מכפי היכולת און אים משמח זיין אין זיין גרויסן טאג!

ובזכות די גרויסע מצווה פון הכנסת כלה און "וחי אחיך עמך", זאלט איר און אייערע שטובער מושפע ווערן מיט בני, חיי, ומזוני רווחי, שפע ברכה והצלחה, און אלע גוטע משאלות הלב לטובה!

כל המשמח חתן וכלה כאילו בנה אחת מחרבות ירושלים.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax ID for this campaign is 471154866
The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663


Days
Hours
Minutes
Seconds
Create My Team Share
Donate
Donors
Zchusim
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading