Donated
Goal
Donors
1 hour ago
$500.00לכבוד אחי היקר בנציון
4 hours ago
$500.004 hours ago
$1,000.005 hours ago
$500.0021 hours ago
$4,000.0021 hours ago
$1,000.0021 hours ago
$1,000.00אונזער הארץ בלוטיגט. א יונגער, אומשולדיגער חסידישער חתן געפינט זיך פּלוצלינג הינטער גרעטעס, אונטער די שווערסטע און קאמפליצירטע באשולדיגונגען וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן.
די סיסטעם באשולדיגט אים אין "שפּיאנאזש פאר איראן" – א קלאגע וואס קשיוועט דעם שכל און האט נישט קיין שום שייכות מיט די מציאות!
דער בחור, מיט זיין פולער תמימות, האט באקומען א לינק. ער האט געקליקט דערויף אן טראכטן צוויי מאל. מען האט אים דארט געבעטן צו גיין כאפן אפאר פשוט'ע בילדער פון עטליכע פלעצער, און אלס באלוינונג וועט ער באקומען $20.
פאר אים האט עס אויסגעזען ווי א נארישע קאטשעריי אדער א וויץ. ער האט נישט געהאט דעם מינדעסטן חשד אז דאס קומט פון א פרעמדער מדינה, און זיכער נישט פון א פיינטליכע מדינה וואס וויל אונז שלעכטס טון! ער האט עס געטון מיט אבסאלוטע תמימות און נאאיווקייט, אן טראכטן אפילו איין רגע קיין שלעכטס.
די רעגירונג נעמט דעם ענין מיט די גרעסטע שטרענגקייט, און דעם קומענדיגן **זונטאג** קומט פאר דער קריטישער משפט וואס קען חלילה קאסטן זיין גאנצע צוקונפט. די אדוואקאטן מוזן גלייך קומען צוגעגרייט מיט די בעסטע פארטיידיגונג צו ווייזן די ריינע אמת: אז ער איז קיינמאל נישט געווען קיין שפיאן, נאר א קרבן פון א ביטערע טעות און נאאיווקייט!
מיר מוזן קאלעקטירן ווייניגסטנס $30,000 ביז זונטאג אינדערפרי כדי צו קענען דעקן די ערשטע פאזע פון די קאסטבארע לעגאלע הילף!
---
דאס איז א ריינע מצוה פון **פדיון שבויים** אין איר פולסטן קראפט! א יונג לעבן שטייט אויף דעם שפיל. מיר קענען אים נישט לאזן פאלן אין די הענט פון די גרויזאמע סיסטעם צוליב א נארישע טעות.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 92-3617094The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663