Donated
Goal
Donors
12 hours ago
$36.0012 hours ago
$18.00Yanky we miss you ❤️
16 hours ago
$100.00די בליענדע קהילה און היילענד מיללס נויטיגט זיך אין אייער הילף
צו בויען א קוואל פון ישועות
חז"ל רופן בויען ַא מקוה איינע פון די הייכסטע מעשים, ווי פלַאנצן ַא בוים וועמענס ווָארצלען שּפייזן דורות.
די חשיבות און געוואלדיגע זכיה וואס בויען א מקוה און דערביי פארשפרייטן ריינקייט און קדושה און אידישע
שטובער איז, איז אומשאצבאר.
די רעלאטיוו יונגער קהלה און היילענד מיללס איז ברוך השם אוועקגעשטעלט און בליהט לשם ולתפארת און
פארשפייט זיך מיט גאר א שנעלע טעמפא. און די חשובע תושבים פינעם געגנט האבן מיט די יארן אינוועסטירט
אין א מאסיווע רוחניות'דיגע אונפורסטראקטור, אוועקשטעלנדיג א הערליכער בית המדרש, אראפשטעלנדיג די יסודות פון א בליענדער צוקומפט פאר'ן שכונה.
איינע פון די שווערסטע שטרויכלונגען וואס רובא דרובא נייע געגנטער פלאגן זיך. איז די ענין פון א מקוה טהרה.
און די תושבים פון היילענד מיללס בכלל און פון די דזשעפרעסאן געגנט בפרט זענען נישט געווען קיין אויסנאם אין
דעם ענין. זייענדיג איבער א שעה מהלך ביז די נענסטער מקוה.
אצינד. און גאנג מיט די געוואלדיגע פארשפרייטונג פון די קהלה'ס אינפארסטראקטור אפערציעס איז געלאזט
געווארן אין גאנג א מאסיווע קאמפיין אויפציבויען א שפאגל-נייע מקוה טהרה פאר די תושבי השכונה. און דערביי
האט זיך די פאראייניגטע קהילה ארויסגעלאזט אויף אן אקציע צו שאפן דעם סכום פון צוויי הונדערט און פופציג
טויזנט דאללאר פאר די הוצאות פון אזא מייעסטעטישער מקוה טהרה!
אלזא, קומען מיר, די קהילה צו אייך מיט א פראזענליכע בקשה וועלכער אפעקטירט גאר שטארק אונזער
רוחניותדיגע לעבן. נעמט א חלק אין די ריזיגע קאסטן פון אזא מאסיווע אינטערנעמונג און ווערט א שותף און די
ריזיגע מצוה פון הפצת טהרה און די אידישע שטיבער פון היילענד מיללס והגלילות.
ִמ ְקוֵה יְִׂשָר ֵאל מֹוִׁשיעֹו. נעמט א טייל און די געוואלדיגע מצוה און בזכות זה, פועל'ט אויס ישועות ורפואות וכל
מילי דמיטב. אמן!
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 853013758The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663