Donated
Goal
Donors
10 hours ago
$350.79ישיבת מאורות התורה קאליש איז א נאמען וואס רעדט פאר זיך אליין. א מקום פאר הרבצת התורה, פאר אן אמת'ן חסידישן ברען, א מקום וואס שיינט מיט א כתר תורה וכתר שם טוב. דארט צווישן די הייליגע ד' אמות של תורה ווערט געפארעמט דער הערליכער עתיד פאר הונדערטער תלמידים. דארט פלאנצט מען איין תורה און יראת שמים אויפן ווארימען און הארציגן שטייגער, אונטער די פערזענליכער הנהגה און אומענדליכער מסירות נפש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וואס איז פקיע שמי' זיך אוועק געבענדיג נפשו וחיותו פאר יעדן איינציגן תלמיד, אינאיינעם מיט א שטאב וואס איז ברייט בארימט מומחים בתורת החינוך.
קוקנדיג אויף די לעכטיגע בחורים, יראים ושלמים, שיינט דאס מיט א קידוש השם וואס דערקענט זיך אויף נאנט און אויף ווייט. דאס איז דער כח פון תורת אש.
אצינד האט זיך די ההנהלת הישיבה זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיוון פראיעקט צו אהערשטעלן א בנין החדש והמפואר במחנינו א בנין וואס וועט אריין נעמען אין זיך א גרויסע בית המדרש, עטליכע שיעור צימערן, א הערליכע דארמעטארי, וואס זאל זיין א היים פאר הרבצת התורה וחסידות לשם ולתפארת. און יעצט האט מען שוין אהערגעשטעלט דעם מאסיוון און פרעכטיגן בנין וועלכע שטייט שוין מיט איר סטרוקטור ביפיה ותפארתה, מיר זעהן שוין דעם בנין על תילה בנוי' מיט א פראכט פונדרויסן.
אצינד האלט מען אט אט ביים לעצטן שטאפל. ביים שוועל פון לברך על המוגמר. מען דארף נאך די לעצטע שטופ, די ענדגילטיגע סכומים צו קענען ענדיגן די בנין החדש והמפואר אויף די קומענדיגע זומער הבעל"ט אז די הרבצת התורה מיט א באנייטע הרחבת הדעת, די התמדת התורה זאל ווייטער ברענען און אפהילכן מיט א רואיגקייט אן קיין שטער.
און ווער וויל דען נישט האבן א חלק דערין?
כלל ישראל לאזט נישט דעם עתיד פון די מחנה הקיץ אומפארענטפערט.
כלל ישראל קוקט ארויס אויף דעם מאמענט ווען מען וועט עפענען די טויערן און ערמעגליכן די הרחבת גבולי הקדושה.
דער קאמפיין "להשלם" איז דער ענטפער. מיר גייען ווייטער און מיר פארענדיגן דאס מיט דעם לעצטן שטופ! דאס איז אונזער צייט צו פארזיכערן דעם עתיד אויף א פעסטן און פארזיכערטן באדן.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax ID for this campaign is 853473315The international Tax id for donations outside of the USA is 99-4322663