Donated
Goal
Donors
2 months ago
$70.00Antwerpen
2 months ago
$70.00לכבוד גיסי היקר והחשוב הי"ו
2 months ago
$72.002 months ago
$65.003 months ago
$640.00לכבוד בני הב"ח ני"ו
3 months ago
$250.00לכבוד אחי הבה"ח
אונזער חבר דער חשובער חתן איז די דריטע חתונה ביי זיין טאטן דעם יאר.
זיין טאטע -א טייערער איד וואס וואוינט אין מאנסי א סופר אן איש מורם מעם וואס דינט דעם באשאפער 24 שעה א מעת לעת
ב״ה איין קינד האט שוין חתונה געהאט דעם יאר בשטומ״צ און האט יעצט נאך צוויי חתנים און שטוב
נאכן אויסנוצן ״אלע״ קוועלער פון וואו צו שאפן געלט פאר די פארגאנגענע חתונה, נאכן ארומגיין אין די בתי מדרשים קאלעקטן $1 באנקנאטן, האט דער טייערער העלדישער טאטע בלית ברירה זיך געוואנדן צו די חתן׳ס חברים, פארציילנדיג זיין שווערע מצב, און אז זיי זענען די לעצטע אויפן ליסט צו וועם ער קען זיך ווענדן פאר הילף.
בלית ברירה האבן די חברים זיך צוזאמגענומען, און אלע פה אחד האבן זיך אונטערגענומען צוזאמען צו ״דעקן די גאנצע חתונה״ און מיט א שמוץ אריבער! מיר האבן געזאגט פארן טאטן:
״גענוג זיך געמוטשעט און זיך מבזה געווען פאר געלט, א טאטע האט נאך הכנות צו זיין קינד׳ס חתונה אחוץ געלט. ביז אפאר טעג וועט בעז״ה זיין דאס גאנצע געלט!!״
טייערע אידן! זייט א חלק פון די געוואלדיגע מצווה הכנסת כלה און קידוש השם, די זכות וועט אייך שטענדיג באגלייטן!
און לאמיר מאכן די צוויי חתונות געשען אן קיין חובות ח"ו