Loading

ישמח האב ביוצאי חלציו בגן עדן הייסע טרערן וועלן זיך גיסן דעם מיטוואך אין ירושלים עיה"ק ביים הארץ רייסן שמחת הברית מילה פארן רך הנולד צו די אלמנה פון הרב ישראל אריה זעליקאוויטש ז"ל


Donate Now

128 Donors


ישמח האב ביוצאי חלציו בגן עדן

דער יונגערמאן איז אריבער יסורים בגוף ובנפש כל ימי חייו

און ב"ה זוכה געווען צו חתונה האבן און ברענגען איין קינד אויף דער וועלט

און האלט זייענדיג אינגאנצן 27 יאהר האט ער געענדיגט זיין פארפלאגט לעבן און געגאנגען למנוחות

איבער לאזנדיג א יונגע צובראכענע אלמנה און קליין יתומ'ל מיט א בארג פון חובות פון אלע יארן וואס האט אפגעקאסט זיין קראנקן

לעבן

אריבער גייענדיג כמעט א האלב יאהר פון די טראגישע פטירה איז געבוירן געווארן ביי די יונגע אלמנה בשעה טובה ומוצלחת א צווילינג בעבי'ס

די אלמנה האט נישט און קען נישט אהיים נעמען די צוויי לעכטיגע קינדערלאך אן אונזער נוטיגע הילף

זי דארף א דאך איבערן קאפ און געלט צו קענען זיי ערציען ווי ס'דארף צו זיין

טייערע ברודער

מיר גייען זיך אונטערגארטלען מער ווי אונזערע כוחות און יכולת צו ראטעווען די יונגע אלמנה און די דריי קליינע יתומים'לעך

מיר מוזן, מיר טארן נישט שטיין פון דער זייט און צו זעהן איהר געוויין און געבעט נאך הילף

מיר קענען און מיר וועלן בעז"ה איהר אוועק שטעלן אויף די פיס

און דער טייערער לעכטיגער יונגערמאן מלמעלה וועט אוודאי בעטן ביים כסא הכבוד פאר יעדן וואס וועט זאגן הנני, איך בין גרייט דיר צו העלפן, זאלסט קענען האבן א רוהיגע מנוחה אין דיין פלאץ במרומים

--


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094


Create My Team Share

Call our donation phone system

  (845) 622-6340
Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading