15 hours ago
$9.0016 hours ago
$50.0023 hours ago
$18.003 days ago
$16.003 days ago
$110.003 days ago
$180.003 days ago
$50.003 days ago
$18.00דא שרייבט צו דיר פערי וואלעס [ליבנטאל] פון ארץ ישראל, כאטש מיר האבן זיך שוין לאנג נישט געזען, איז פארבליבן אין מיין הארץ די זיסע זכרונות און פיל דאנקבארקייט, צו די ווארעמקייט וואס איר האט מיר געגעבן זייענדיג אין אמעריקע אלץ א פרישע יתומה. אצינד שרייב איך צו אייך אָנגעוויזן אויף אייער חסד.
איך וועל מאכן מיין לאנגע מעשה קורץ, אבער זייער שארף. שוין מער ווי איינס און א האלב יאר וואס איך האב אנגעהויבן צו ליידן שרעקליכע רוקן ווייטאג, און נאך א גאנצע יאר פון שווערע טערעפי און מעדעצינישע באהאנדלונג - וואס האט מיר געקאסט גרויס געלט - איז ליידער געשען דאס אומגלויבליכע, ווען איין צופרי בין איך אויפגעשטאנען און אנערקענט אז איך בין פאראליזירט פון די waist און אראפ!
איך בין גלייך דורכגעגאנגען צוויי שווערע אפעראציעס, און דערנאך פארבליבן צוויי חדשים אין Rehab, אבער איך בין גאנץ ווייניג געהאלפן געווארן.
פון א יונגע ענערגישע פרוי, און א מאמע פון צוויי אויסגעבעטענע קינדערלעך,בין איך פארוואנדלט געווארן אין א אינוואליד אין א וויעלטשעיר, וואס יעדע פשוטע פליכט אין שטוב קאסט מיר אסאך כוחות, אפגערעדט אז איך קען שוין נישט גיין ארבעטן ארויסצוהעלפן מיט די פרנסה.
איך גלייב באמונה שלימה אז דער כל יכול קען און וועט מיר היילן און צוריקשטעלן אויף די פיס בקרוב אמן.
איך קוק שטארק ארויס אויף אייער שטיצע, עס וועט שטארק ארויסהעלפן צו פארגרינגערן די מצב, און השי"ת זאל און וועט אויך אוודאי באצאלן מיט כל טוב.
All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductibleThe tax id for this campaign is 92-3617094