Loading

Yeshiva Ohr Yeshaya



35 Teams


611 Donors


בס״ד

אין א וועלט ווי ישיבות בליען און שפראצן ארויס בליעה"ר איז זייער שווער צו קענען נעמען דאס פינגער און טייטלען אויף א ספעציפישער ארט און זאגן 'דאס איז אייגנארטיג' און עס איז נישט זייער גרינג צו קענען ווייזן אויף איין ישיבה אז עס איז אויסנאמליך. יעדע ישיבה איז אויסגערופן מיט זייערע ספעציעלע שיטות און מהלכים, און אזוי אויך געפינט זיך אין יעדע ישיבה בערך די זעלבע סטרוקטור ווי א ראש ישיבה, משגיח, און עטליכע מגידי שיעור וועלכע פארפיגן אויף די בחורים.

אבער אויף א ישיבה וואס איז איין גרויסער חידוש, וועלן אלע צושטימען אז עס וועט ציען אינטערערסע. נעמליך, אן ארט וואו די בחורים אליין זענען די וועלכע האלטן אויף דעם פלאץ, און זיי זענען די וואס האבן הנאה זעענדיג ווי עס בליהט און לייכט שטערקער און מער, און יעדן טאג וואס עס גייט פארביי איז עס אויף א גרעסערע פארנעם. דאס איז שוין א גרויסער דורכברוך אין די וועלט פון ישיבות.

די רעדע איז איבער די ישיבה אור ישעי' וועלכע איז געגרינדעט געווארן לזכר פון דעם גרויסן צדיק וקדוש ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. עס איז סטאנציאנירט אין די פארשעי געגנט אין מאנסי, און עס ווערט געפירט אויסשליסליך - ווי אויבנדערמאנט דורך די תלמידי הישיבה. יא, ווי אינטערסאנט עס הערט זיך, טראגן די בחורים דעם גאנצן עול פון די ישיבה אריינגערעכנט די פינאנציעעלע אויסגאבן און די רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן.

אנגעהויבן האט זיך עס, ווען די גרופע בחורים זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ אין מאנסי. די תלמידים וועלכע זענען געקומען אויף מאנסי לערנען צוליב די דעמאלדסטיגע סיטואציע מיטן קאראנע וויירוס - האבן זיך שוין געהאט איינגעפאקט די רענצלעך און זיך געגרייט אהיימצוגיין, נאכן זיך וואלגערן פון איין ארט צום צווייטן, אבער מיט גרויסע כוחות האבן די בחורים זיך צוזאמגענומען און אנגעהויבן עסק'ענען אז זיי זאלן יא קענען בלייבן אינעם סיסטעם וואס זיי האבן זיך אויסגעפארעמט. נאך א שטיק צייט האט זיך ארויסגעשטעלט, אז מיט די הילף פון וואוילטעטיגע מענטשן וועלכע האבן איינגעזען די נחיצות פון אזא פלאץ, אינאיינעם מיט די געוואלדיגע רצון פון די חשוב'ע בחורים, האט זיך געגרינדעט דער ארט וועלכער איז א יחיד במינו.

די ישיבה וועלכע שטייט שוין נאנט צו פיר יאר צו גוטן, דינט אלס א לייכטורעם פאר ערליכע חסידישע בחורים וועלכע זענען שוין אויסגעוואקסן דעם סיסטעם, און ווילן ארבעטן אבער דאך זיך געפינען אין א מסגרת פון אן ערנסטער ישיבה. די שיעורי תורה ווערן איבערגעגעבן מיט גרויס ערנסטקייט און פונקטליכקייט, די שמירת הזמנים פון אלע תלמידים ווערט אינפארסירט דורך זיי זעלבסט, זייענדיג זעלבסשטענדיגע אינגעלייט וואס ווארטן אויפן באשערטן.

עדות זאגן קענען די הונדערטער מעריצי הישיבה וועלכע קענען דאס פלאץ, און אזוי אויך אלע שכנים פון די ישיבה וועלכע געניסן אויך פון די מנינים און הערליכע פארברענגען וועלכע ווערן געפראוועט, און אויך די צעפרידענע מחותנים וועלכע האבן גענומען איידעמער פון אור ישעי׳…

אצינד האט זיך די ישיבה געטראפן אין א פינאנציעלער לאך, נאך וואס די קאסטן זענען נישט געדעקט געווארן פאר עטליכע חדשים, און זעענדיג אז עס איז נישטא קיין צווייטער ברירה האט מען באשלאסן אז מען וועט ארויסגיין צום ציבור מיט א בקשה, אז מען זאל זיך באטייליגן אין די אומגעהויערע הוצאות הישיבה, און ראטעווען דאס פלאץ פון אונטערגאנג.

די תלמידים בעטן זיך, קומט אונז צוהילף, מאכט זיכער אז אונזער מקור פון רוחניות און גשמיות זאל ווייטער קענען אנגיין. העלפט אונז אנהאלטן דעם מסגרת וואס טוט אזויפיל גוטס מיט אונז, און העלפט אונז מצליח זיין און שטייגן ווייטער. מיט אייער ווארעמהארציגע נדבה וואס איר טוט ביישטייערן ברוח נדיבה, העלפט איר אונז זיך בויען און ווייטער גיין על דרך הסלולה לנו מדור דור, און איר נעמט אנטייל אין די געוואלדיגע פעולות הישיבה.

לאמיר זיך צונויפנעמען און שטעלן פאר אן הויפט ציל צו שטיצן די הייליגע ישיבה אור ישעי׳ און פארזיכערן אז זי שטייט שטאנדהאפטיג פינאנציעלער, און האבן דעם זכות פון די הצלחה פון די טייערע תלמידים וועלכע לערנען ביני עמודי דגירסי.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Donate
Donors
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading