Loading

Emergency Fund


Donate Now

727 Donors


בס"ד

יתומים היינו ... ויש אב!!!

וועלכע אידישע הארץ ווערט דען נישט צורינען פון רחמנות קומענדיג אין בית המדרש אריין, און הערנדיג די קול'כלעך פון קליינע, יונגע יתומים, וועלכע זאגן קדיש נאך זייער פארשטארבענעם פאטער אדער מוטער. וועלכע אידישע הארץ וויל דען נישט מיטוויינען מיט זיי. וועלכע אידישע הארץ וויל נישט טון אלעס אין דער וועלט צו לינדערן זייערע ליידן.

אין אונזער פאל אבער איז עס פיל ערגער. די יתומים קומען אין בית המדרש, זיי האבן נישט קיין טאטע וואס מיטקומען מיט זיי, אבער זיי זאגן נישט קיין קדיש. ווייל זייער פאטער לעבט פאקטיש.

די צובראכענע מאמע דארף זיך אליינס פלאגן צו שפייזן די שטוב און ארבעט גאר לאנגע שעות, וועלכע נעמט איר אוועק טייערע שעות וואס זי וואלט געדארפט זיין מיט די קינדער און זיי געבן די מוטערליכע ווארימקייט וואס זיי דארפן.

אויב איז דאס אלעס נישט גענוג איז דער מצב אין זייער פריערדיגער וואוינארט געווארן אומדערטרעגליך צוליב מערערע אורזאכן און מען האט זיך געמוזט אריבערציען אין אן אנדערער שטאט, וועלכע האט אפגעקאסט א הון תועפות, צולייגענדיג צו דעם אזוי אויך גרויסן פינאנציעלן יאך וואס די מאמע טראגט אויף די פלייצעס מיט אזויפיל געטריישאפט.

לאמיר דערהערן דעם וויי געשריי פון די לעבעדיגע יתומים, לאמיר זיי נישט לאזן פאלן אונטער דעם דרוק פון פינאנציעלער חורבן. מיר באוויינען אין די טעג דעם חורבן בית המקדש, לאמיר פרובירן כאטש ראטעווען דעם בית מקדש מעט, דעם אידישן שטוב, און צושטעלן א בעסערן צוקונפט פאר די טייערע קינדערלעך.

כלל ישראל וועט שרייען הויך: "ידינו לא שפכו את הדם הזה". בעז"ה מיר וועלן טון אלעס אין דער וועלט צו ראטעווען די קינדערלעך פון צוגרינד גיין ל"ע. מיט אלע כוחות וועלן מיר באוואסערן די שיינע, יונגע ביימעלעך אז זיי זאלן וואקסן געזונט און שטארק ברוחניות ובגשמיות.

די לעבעדיגע יתומים האבן שוין אזויפיל מיטגעמאכט, צופיל. מיר קענען זיי טאקע נישט געבן א טאטע, דאס קען נאר דער אבינו אב הרחמן, נאר ער קען ערפילן דעם חלל וואס פעלט פון א קינד וואס וויינט ווייל עס פעלט אים דער ווארימער גלעט פון א טאטן.

אבער פילע אנדערע זאכן קענען מיר זיי יא צושטעלן, מיר קענען זיי געבן א רואיגע, ווארימע שטוב, מיט א שטארקע, שטאנדהאפטיגע מאמע און א זיכערע פינאנציעלע עתיד. און דאס וועלן מיר טאקע טון.

כלל ישראל וועט ענטפערן דעם וויי-געשריי פון די קינדערלעך. מיר וועלן שאפן די נויטיגע צוויי הונדערט טויזענט דאלער און אוועקשטעלן א פעסטן יסוד פאר די שטוב, און אין דעם זכות וועלן מיר אוודאי מקרב זיין די גאולה שלימה און דעם בנין בית המקדש.


All donations on ABCHARITY.ORG are tax deductible
The tax id for this campaign is 92-3617094

Donate
Donors
Zchusim
Teams
About

Share this campaign

Create My Team

Checkout

Loading
Loading